top of page

ריזיגע בנין אין צענטער פון שטאט לינדען געשאנקען פאר הנהלת מוסדות סאטמאר לינדען דורך הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו קענען פירן די זומער אקטיוועטעטן אין א ברייטע לאקאל

Updated: Jul 4

אין די יעצטיגע טעג ווען אינדערהאלב מוסדות סאטמאר לינדען קומען פאר די העפטיגע הכנות און צוגרייטונגען פאר דעם זוממער סעזאן ווען מען טוט אהרעשטעלן פאר די טייערע קינדערליך מערערע אינטערסאנטע פראגראמען , זענען די הנהלת המוסדות איבעראשט געווארן ווען עס איז אקעגענ'געקומען הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהלתינו הק', און האט בנדבת לבו הטוב געשאנקן איינע פון זיינע בנינים אין שטאט צו קענען באניצט ווערן אויפן היי יאריגן זומער הבעל"ט, צו קענען אהערשטעלן די זוממער פראגראם אויף א גרעסערע פארנעם.

די הנהלת המוסדות ארבעטן אין די יעצטיגע טעג מיט די שטאטישע באמטע צו מסדר זיין די לעגאלע פערמיטן, און האפן גאר בקרוב בעזרת השם צו קענען אפיציעל פארעפענטליכן די פרטים.



0 comments

Comments


bottom of page