געמיינזאמע אסיפה פארגעקומען באולם שע"י ביתו נאווה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף צאנז קט. .
מחזה הוד ווען אזויפיל עוסקים בצרכי ציבור זענען פארזאמעלט אונטער איין דאך מיט אנטשלאסענקייט צו פארזיכערן די עתיד פון די בתי מדרשים אין קרית יואל.
די אסיפה נחוצה איז פארגעקומען בראשות פונעם מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
צוערשט האט אויפגעטרעטן מיט א לענגערע דרשה חדב"ן הגה"צ רב ד'ביהמ"ד ישמח משה שליט"א, וועלכע האט ארויסברענגענדיג בטוב טעם ודעת די וויכטיגקייט און נחיצות פון די היינטיגע אסיפה ווי מען גייט אראפשטעלן תקנות קבועות פאר די בתי מדרשים אין שטאט פאר לאנגע יארן ווי ער האט אויסגעשמועסט די פרטי התקנות און די וויכטיגקייט פון יעדע תקנה באזונדער, און די שטארע נחיצות זיך צוזאמהאלטן מיט א כח הרבים אלע בתי מדרשים אינאיינעם אויסצופירן די תקנות.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פונעם רבין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט זיך צו האלטן צום דרך האבות והמסורה און אכטונג געבן אז עס זאל זיך נישט הערשן קיין שום קלות פריקת עול אין די בתי מדרשים דקהלתינו, און די וויכטיגקייט זיך צו האלטן צו די תקנות וואס מען שטעלט יעצט אוועק און אנגעווינטשן בברכות קדשו פאר אלע רבנים ועסקנים.
Comments