top of page

ק"ק סאטמאר מאנסי וועט מיטהאלטען סעריע פון חידוש'פילע "שיעורי אורות" וועט פארקומען אין די קומענדיגע וואכן בקרב הקהילה; ערשטע שיעור קומט פאר היינט אויפדערנאכט

שטייענדיג אין די טעג ארום די ימי בין המצרים איז געמאלדען געווארן דורך די עסקני התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין מאנסי, איבער די פרישע חידוש'פילע סעריע פון שיעורים, וואס וועלן פארקומען אין ראמען פון די וועלט בארימטע "מפעל אורות דקיט"ל", וועלכע שטעלט צו פון צייט צו צייט די חידו'שפילע שיעורי הדרכה והשקפה וואס טוט אויסקלארן די אלע באטייליגטע.

די ערשטע שיעור וועט אי"ה פארקומען די וואך מיטוואך, דורך הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א מגדולי משפיעים בקרב קהלתינו הק', ווי ר' יחזקאל וועט מיט זיין רייכע שפראך אראפלייגן די ריכטיגע וועג וויאזוי א ערליכע איד איז זיך מדבק צום באשעפער מיט ארגינעלע מהלכים, און נישט מיט די היינטיגע נייע מהלכים וואס מאכנע מיינען אז נאר אזוי קען מען האבן א קשר מיטן באשעפער.

לכו ונלכה באור השם






Comments


bottom of page