top of page

קרוב צו 80,000 אריינרופער צום שופר דקהלתינו הק' דער "קול סאטמאר" ליניע במשך דעם מעמד הדלקה רבתי ביום ל"ג בעומר

Updated: Jul 4

די ארבעט פון די געטרייע עסקנים וועלכע לייגן אַ גאַנץ יאָר אַריין כוחות צו אַ הערשטעלן די שיעורים און מעלדונגען אויפן וועלט באַרימטן טעלעפאָן ליין "קול סאַטמאַר" אין שפיץ פון העסקן הדגול לכל קדשי בית בית סאַטמאַר ולמען קיומה של העדה החרדית הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאַן הי"ו, האָט זיך גאָר שטאַרק דערקענט אין לויף פונעם טאָג ל"ג בעומר.

עס איז אַ הערגעשטעלט געוואָרן אַ ספעציעלע "ל"ג בעומר" לייוו קנעפל וואו מען האָט אַ גאנצן צייט געקענט מיטהאַלטן לייוו אָפדעיטס איבער דעם מצב מיט די טראַפיק איבער די שטאָט און איבער גאַנץ ניו יארק, ביים פאָרן און קומען צום מעמד.

ווי די עסקנים גיבן איבער, איז אין לויף פונעם טאָ ג ל"ג בעומר, געווען אַ זויפיל ווי 78,000 קליקס אויפן הויפט קנעל פון קול סאַ טמאַר, וואָ ס איז נומער 1-0 וואו מען קען הערן אַ לע נייעס, באַריכטן און שיעורים פונעם סיסטעם. דאָס קומט נאָכדעם וואָס די אַ לע אידן וועלכע האָבן געזוכט צו הערן באַריכטן אויפן וועג צו די הדלקה אָדער אויפן וועג אַהיים, האָבן דאָס געטראָ פן אויף קול סאַטמאַר.



Comments


bottom of page