קול מלחמה במחנה: אין א היסטארישע אנטוויקלונג איז געמאלדן געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און נאך רבנים וראשי ישיבות פון איבער גרעיטאר אמעריקא איבער אן היסטארישן ערשטמאליגן מעמד ''זעקת הגולה'' וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען דאס גאנצע יהדות החרדית אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן פון איבער גאנץ ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס.
ביים צענטראלען סעודת הילולא רבתי וועלכע איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל במעמד רבבות אלפי ישראל האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די שווערע און ביטערע גזירת הגיוס וועלכע הויערט אויף די אלפי בחורי הישיבות און איבערגעגעבן איבער דאס השתתפות פון אנשי שלומינו ביים היסטארישן עצרת תפילה ומחאה.
מיט א פאראייניגטע כח וועט זיך דאס גאנצע יהדות הגולה צוזאמענען דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך צו פארשרייען דעם ביטערע גזירה און די ציוניסטישע שמאלץ טאפ וואס איז אנגעצינדן אויפ'ן העכסטן גראד אריינצוכאפן ערליכע בחורי ישראל אינעם ציונסטישן מיליטער מיט'ן ציל להשמיד ולאבד כל הקודש לנו.
די פרטים פארן היסטארישען מעמד זעקת הגולה ווערט אין די יעצטיגע טעג אויסגעארבעט דורך די עסקני הקהילות מיט'ן ציל צו טרעפן א פאסיגן ארט ברחובות העיר וואס וועט אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים פון איבער הונדערט טויזנט אידן בראשות גדולי הרבנים וראשי ישיבות, ומנהיגי הקהילות.
בילדער די געמיינזאמע אסיפת עסקני סאטמאר אין בעפארגרייטערונג צום עצרת פארגעקומען בעצם יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע,
Comments