top of page

קהילת סאטמאר אבל יחיד עשו לך: צער און טרויער ביי חסידי סאטמאר אלטוועלטליך מיט די פטירה פון הגה"צ חסידא ופרישא ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל ; ברייטע דעקונג

Updated: Jul 11

מיט גרויס צער און טרויער איז פארשפרייט געווארן די שווערע ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הגאון הצדיק חסידא ופרישא, ר' שמעי' גרינבוים זכר צדיק לברכה, בעל מחבר ספרי סייעתא דשמיא, מרא דכולא תלמודא ושולט בכל מכמני התורה, דער גאון און פוסק און מגיד מישרים, און גלאררייכער מרביץ תורה און מגיד שיעור רבות בשנים בקהלתינו הק', וועלכער איז נפטר געווארן דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת קרח בעת רעוא דרעוין אין עלטער פון 77 יאר.

הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל איז געווען פון די שענסטע תלמידים אין סאטמאר, תלמיד אהוב וחביב ביי כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ביי וועם ער האט גענאסן א קירבה יתירה, ער איז געווען פון די פני העדה זייענדיג פון די חשובע משפיעים, יארן לאנג פלעגט ער פארלערנען שיעורים אויף א טעגליכע פארנעם, עטליכע מאל א טאג אין פארשידענע מקצועות בתורה, דרשות בענינא דיומא און אינהאלטסרייכע שמועסן,

הגה"צ ר' שמעי' זצ"ל האט זיך אלע יארן אוועקגעגעבן פאר תורה, עוסק געווען יומם ולילה, זיך ממית געווען באהלה של תורה, און ווי עס פארציילן הונדערטער אידן אז מ'פלעגט אים זעהן אין ווייבער שוהל פון בית המדרש סאטמאר אויף ראדני סטריט וואו ער פלעגט זיצן טעגליך פון גאר פריה פארטאגס ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן, אין אלע זמנים, ערב שבת און שבת קודש צוגלייך, און אפי' אין די ימים טובים וחול המועד,

אין די לעצטערע יארן האט ארויסגעשטארט די מסירות נפש וואס ער האט געהאט פאר לימוד התורה, ווען אפי' ממש לעצטנס ווען ער האט שוין נישט געקענט געהעריג אטעמען און ער האט געדארפט צוקומען צו מאשינען, איז ער געזיצן און עוסק געווען בתורה, און אפי' נאך ממש יעצט פאר שבועות איז ער מיט זיינע לעצטע כוחות געקומען אין בית המדרש פארלערנען די שיעורים אויף אקדמות.

ער האט קיינמאל נישט געוואלט אננעמען קיין רבנות שטעלע צוליב וואס ס'וועט אים אוועקנעמען פון קענען עוסק זיין בתורה, די כבוד פון ריזיגע רבנות פאסטנס האבן נישט גערעדט צו אים ווען ס'איז געקומען אויפ'ן חשבון פון לימוד התורה אדער הרבצת התורה.

יארן לאנג איז ער געווען פון די חשוב'סטע רבנים אין וויליאמסבורג, קרואי מועד אנשי שם, פון די געשעצטע מסובים ביי יעדע מסיבה און אסיפה פאר רבנים, ער איז געווען א דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, פה מפיק מרגליות ומלהיב לבבות ישראל.

די לעצטע פאר יאר האט ער זיך זייער געמוטשעט ל"ע מיט די ביטערע מחלה ה"י, איבערהויפט אין די לעצטע פאר וואכן ווען ער איז געווען אין זייער א שווערע צושטאנד ביז צו זיין פטירה לחיי העולם הבא דעם שבת קודש לדאבון לב אלפי אלפים תלמידיו ומעריציו וכל בית ישראל, איבערלאזנדיג א הערליכע דור ישרים יבורך, חשובע קינדער און אייניקלעך בנין וחתנין רבנן, ווען צווישן זיינע איידעמער ציילט זיך הגה"צ גאב"ד קראסנא שליט"א.

מסע הלוויה אין וויליאמסבורג

די לוויה האט זיך אנגעהויבן צען אזייגער צופרי אין ביהמ"ד סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, וואו עס זענען געווען פארזאמלט הונדערטער אידן ועל צבאם אדמורי"ם רבנים ראשי ישיבות און מרביצי תורה, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר האי גאון וצדיק תלמיד חכם מופלג, זקן ויושב בישיבה ומגיד מישרים בתורה והוראה,

שטייענדיג פארנט פון א חכם שמת, איז פארגעקומען הספדים טראץ ראש חודש, עס האבן מספיד געווען הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א, הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, הגה"צ ר' הערשיל היילפערין שליט"א דומ"ץ וויען ב"פ, הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א , און די קינדער הרה"ג ר' יואל ישראל אלתר שליט"א, און הרה"ג ר' אברהם שליט"א.

דערנאך האבן מאסן אידן באגלייט די מיטה אראפ די גאס ביז די הייוועי.

מסע הלוויה אין מאנסי

ארום איינס אזייגער איז די מיטה אנגעקומען ביים עקזיט 14B פון די ניו יארק סטעיט טרואוועי נעבן מאנסי, וואו עס האבן ווידער באגלייט א גרויסע ציבור תושבי העיר, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, און הגה"צ גאב"ד קהילת ויואל משה מאנסי שליט"א וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי הספד,

אזוי אויך האט אויפגעטרעטן מיט דברי הספד הרה"ג ר' אהרן ישעי' פיש שליט"א אדמו"ר מ'סאלקא מאנסי, און הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו ראש התאחדות אברכים דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג.

מסע הלוויה אין קרית יואל

ארום פינף דרייסיג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די גרויסע לוויה פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, וואו עס האבן זיך ווידער פארזאמלט א ציבור עצום פון טויזענטער אידן, אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי סאטמאר, וועלכע זענען געקומען בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן גאון מאריות שבחבורה ומהיושבים ראשונה במלכות בית סאטמאר.

צוערשט האט מען געהערט דברי הספד דורך א לייוו הוקאפ פון הגאון הגדול הישיש רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה לאנדאן, דערנאך האבן מספיד געווען הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל ובעל אגלי דבש ידיד נעוריו פונעם גרויסן נפטר, הרב הגאון ר' יצחק אליעזר וואלדמאן שליט"א ידידו וריעו און זיין געטרייע חברותא וואס האט אים געהאלפן אלע יארן און איז געווען א שותף לדבר מצוה ארויסצוגעבן צוזאמען די ספרי סייעתא דשמיא, און הרב הגאון ר' אהרן יוסף ראזענבוים שליט"א אן איידעם פונעם גאון זצ"ל.

דערנאך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע געווען דברי הספד בקול נהי ובכי, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע זכיה פונעם גאון מיטן פארשפרייטן תורה איבער די גאנצע וועלט. און דערנאך האט מען געהערט דברי הספד דורכ'ן טעלעפאן מעיר הקודש ירושלים פון כ"ק הגה"צ גאב"ד ירושלים שליט"א.

דאן האבן טויזענטער אידן באגלייט די מיטה צום בית עלמין אין קרית יואל,

ביים טהרה שטיבל האבן מספיד געווען די איידעמער הרה"ג ר' יצחק פאסטערנאק שליט"א, און הרה"ג ר' שמואל קליין שליט"א סופר סת"ם,

ביים קבורה האט מספיד געווען הרה"ח ר' זושא אויש הי"ו גבאי ביהמ"ד בנין עסטרייכער וועלכע האט צווישן אנדערע איבערגעבעטן דעם נפטר בשם די גאנצע ביהמ"ד,

דערנאך איז דער גרויסער נפטר איז געקומען לקבורה אויפן חלקת הרבנים, גאר נאנט צום אוהל הק' פון מורו ורבו מרן הרה"ק זי"ע.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
















Comments


bottom of page