top of page

סאטמאר ירושלים איינגעהילט אין שטורמישע פרייד: היינטיגן טאג אנגעהויבן פאקטישע גראבונגען ביים שטח הענקי פון בנין הגדול ד'קהלתינו ומוסדותינו הק' אויף רחוב יונה ירושלים

חסידי סאטמאר איבער דער גארער וועלט שפרייטן אויס די הענט מיט דאנק און לויב צום בורא כל עולמים, מיטן מבשר ווערן מיט די פרייעדיגע בשורה אז אין די טעג האט מען בשעה טובה ומצלחת נאך לאנגע וואכן און חדשים פלאנירונגען אנגעהויבן די פאקטישע גראבונגען אראפ צו גראבן די מערערע שטאקן אויפן שטח הענקי פון קהל יטב לב ומוסדות יטב לב ירושלים עיה"ק, ווי עס וועט אויפן פלאץ אויפגעבויט ווערן א בנין הענקי פאר די וואקסענדע ק"ק סאטמאר אין ירושלים.

און מיט א תפילה צום בורא כל עולמים אז די ארבעט זאל ווייטער קענען מארשירן מיטן פולן שוואנג ביז מען וועט שוין גענצליך פארענדיגן דעם בנין האדיר.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין 












0 comments

Comentarios


bottom of page