top of page

סאטמאר בארא פארק שפאנט מ'בנין לבנין: הנהלת המוסדות היינט 'געקלאוזט' אויף א גיגאנטישער שטח פון איבער 12 טויזענט סקווער פיס! אין הארץ פון בארא פארק פארן געברויך פונעם בית רחל

Updated: Jul 3

 

 הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, האבן היינט אין א מזל'דיגע שעה, ובברכתו ועידודו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, 'געקלאוזט' אויף א גיגאנטישער שטח פון איבער 12 טויזענט סקווער פיס! אין הארץ פון בארא פארק - אויף די 18טע עוו. קאר. 53 סטריט.

ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א נייע מייעסטעטישער בנין פאר די בית רחל הויך שולע, א פערציג מיליאן דאללאר'דיגער פראיעקט, לתפארת מוסדותינו הק' אין בארא פארק, נאך די שרעקליכע ענגשאפט וואס עס הערשט אין די יעצטיגע עקזיסטירענדע בניני בית רחל מיט אירע טויזענטער תלמידות בליעה"ר כ"י.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

קרעדיט: סאטמארע נייעס





 

1 comment

1 Comment


Moshe Klein
Moshe Klein
Jun 23

רבינו שליט"א געווען באזיכן ביים שטח היינט נאך חומש סעודה

Like
bottom of page