א גאר הערליכער מסיבת יובל השלושים איז פארגעקומען פאר די הונדערטער תשב"ר פון קהלתינו הק' אין בני ברק וואס זענען זיך משתתף ביי די וועכנטליכע חברת תהלים בצפרא דשבתא ווי מען זאגט תהלים אינאיינעם פאר א לענגערע צייט און מען בעט זיך אויס אלעס גוט'ס.
אין די יעצטיגע טעג איז אפגעצייכענט געווארן א יובל להתייסדות חברת תהלים תהילות יואל, וואס איז נתייסד געווארן דורך מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בעת ביקורו בארה"ק שנת תשנ"ד, ומאז ווערט עס געפירט דורך די געטרייע מנהל הרבני הנכבד הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו וקהלתינו בבני ברק.
די מסיבה איז אפגערכטן געווארן בבית מדרשינו הגדול ד'קהל יטב לב שיכון קרית יואל בני ברק, ווי הרב יואל ווייס שליט"א (זוהן פון לאנג- יעריגע מנהל מוסדותינו הרה"ח ר' משה חיים שליט"א) מרביץ תורה במוסדותינו קרית יואל, האט משמיע געווען פאר די תשב"ר דברי חיזוק באמירת תהלים בפרט שבת צופרי.
בזכות תינוקות של בית רבן
Comments