מעגאַ-קאַמפּיין "להעמידם" געלאָזט אין גאַנג איינמאָל פאר אַלעמאָל צו סטאַביליזירן און אַוועקשטעלן די עתיד קיום פון מוסדות סאַטמאַר מאָנסי
הונדערטער עלטערן זיך אונטערגענומען הויכע ציפערן און ציהלן אויפצוטרייבן ביים בעפאָרשטייענדע מעגאַ-קאַמפּיין
קומענדיגע מיטוואָך / דאָנערשטאָג במדבר שטאַנדהאַפטיגע טעג פאר מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי
מאָנסי – אַ פייערדיגע מאָמענטום קאָכט און פלאַמט און טוליעט אין אַלע סאַטמאַרער הערצער, מיט אַ שטאַנדהאַפטיגע אַנטשלאָסנקייט, ציילענדיג בלויז געציילטע טעג אַוועק פון די היסטאָרישע שעות וואָס די מעגאַ-קאַמפּיין להעמידם וועט שלאָגן וואָרצלן און "סאַטמאַר וועט געבן אַ האַנט פאר מאָנסי" מיט מיליאָנען פאר די עתיד קיום המוסדות, דעם קומענדיגע מיטוואָך און דאָנערשטאָג במדבר הבעל"ט.
די קומענדיגע מיטוואָך און דאָנערשטאָג במדבר זענען קריטיש-וויכטיגע טעג פאר די עתיד און קיום פון די מאָנסי-סאַטמאַרער מוסדות, אַז די הייליגע מוסדות זאָל נישט פאַלן און אונטערברעכן אין צייט פון אַ קריזיס, און מ'זאָל בסייעתא דשמיא קענען פאָראויסגיין און איבערקומען אַלע שוועריגקייטן, אַז די מוסדות זאל בסייעתא דשמיא ווייטער בליען און שיינען לשם ולתפארת.
שנעלסט-וואַקסנדע סאַטמאַרער מוסדות: פון 80 אין 1 יאר, ביז 2,000 אין 11 יאר!
מוסדות סאַטמאַר מאָנסי איז טאַקע אַ יונגע צווייגעלע פון די סאַטמאַרער מוסדות, זייענדיג בלויז 11 יאָר זינט די התחדשות המוסדות, רך בשנים אָבער פאָרט אב בתלמידים, ווען זי איז העכער יעדע פאראויסשאצונג אויסגעשטיגן אַלס ריזן ריזיגע אימפעריע פון תורה ויראה, און אַ שטאלץ פאר סאַטמאַר איבער דער גארער וועלט! פון אַ קליינע מוסד מיט 80 קינדער 11 יאָר צוריק האַלט דאָס היינט ביי איבער 2,000 קינדער בליעה"ר, און די וואוקס מאַרשירט נאר פאָראויס.
קריטיש: להעמידם איז לופט צום אָטעמען!
אין פאַקט האָט די מוסדות נאָכנישט געהאַט קיין געלעגנהייט זינט די פּתיחת והתחדשות המוסדות אַריינצואָטעמען געזונטע רואיגע לופט צו קענען ווערן רואיג און סטאַביל, און די יעצטיגע מעגאַ-קאַמפּיין להעמידם ציהלט דאָס זייער קלאָר, צו קענען אַריבערמישן דעם ערשטן קאַפּיטל פון די מוסדות, און אָפּווישן די קאָנסטרוקציע-סייט פון 'בויען' אַ מוסד, אַריבער צום קומענדיגע קאַפּיטל פון אַ בליענדע מוסדות וועלכע לעבט און וואַקסט שטאַנדהאַפטיג און געזונט.
צו פאַרשטיין די מצב אין וועלכע די מוסדות געפונט זיך יעצט, וועלן מיר אויפ'ן שפּיץ גאָפּל איבערלויפן די הויפּט-פאַקטאָרן אַרום דעם געשאַפענעם קריזיס, וועלכע וועט בעז"ה געלעזט ווערן ביים יעצטיגן מעגאַ-קאַמפּיין "להעמידם".
מ'הייבט אן טאַנצן, די וויזיע ווערט צושפּליטערט!
די מוסדות האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן אויף אַ רואיגע פאַרנעם מיט אונטער 100 קינדער, מ'האָט געהאַט די ראַט פון די אַנדערע מוסדות אַז שפּרינגען גרויס גלייך פון אָנהייב איז זייער שווער און געפאַרפול, דעריבער האָט מען געעפענט קליין כדי צו קענען גיין צוביסליך אויף אַ רואיגע פאַרנעם און מ'זאָל דאָס קענען אַראָפּשלינגען און פאַרדייען.
במציאות איז אָבער געווען פאַרשידענע אומ'באטעמ'טע סיבות וואָס האָט געצוואונגען מיט צוויי יאָר שפּעטער צו עפענען אַלע קלאַסן פון ת"ת פון אונטן ביז אַרויף, וואָס דאָס האָט באַדייט אַז פּלוצלינג האָט מען פון איין מינוט אויף די צווייטע געדאַרפט האָבן פרישע איינגעשטעלטע, פרישע בנינים, וואָס דאָס האָט צושפּליטערט די גאַנצע וויזיע און פּלאַן וואָס מ'האָט געהאַט געמאַכט פון פאָראויס.
אַ טריט אויף צוריק: מיליאָנען דערלייגט אויפ'ן ערשטן בנין מפּני דרכי שלום!
ווידער איז דאַן אונטערגעקומען די שטח אויף ווילהעמס ראָוד אין די אומגעגנט פון שיכון סקווירא וואָס מ'האָט געהאַט אָפּגעקויפט צו קענען בויען אַ בנין אדיר פאר די מוסדות.
די פּאַסיגע שטח איז געווען 'ממש ווי געגאָסן', זייענדיג נאָנט צו די היימישע געגנטער אין מאָנסי, און פאַרמאָגנדיג אַ גרויסע שטח אין אַ גוטע זאָונינג געגענט אויפצובויען אַ פּרעכטיגע בנין אדיר ומפואר פון צענדליגער גרויסע לופטיגע קלאַס צימערן, פּרעכטיגע בתי מדרשים, גרויסע עס-זאַלן, מאַיעסטעטישע שמחה-זאַלן, חדר עזרה צימערן, שטאַב אָפיסעס, גרויסע שפּיל הויף, גרויסע פּאַרקינג לאַט פאר די באָסעס פון די מוסדות הק', און נאָך.
מ'האָט שוין געהאַט אַריינגעלייגט א הון תועפות אין די אַרכיטעקט און דעזיין פּלענער, און מ'האָט שוין געהאַט די פּערמיט'ן אין די האַנט פאַר'ן פּרעכטיגן פיר שטאָקיגע בנין אדיר ומפואר, און די טראַקטאָר האָט שוין געהאַט אָנגעהויבן די מאַסיווע אַרבייט, און עס האָט באַדייט אַז מ'גייט דאָ בויען אויף פאָראויס, און מ'וועט זיך שוין קענען זען 'אינדערהיים צווישן די אייגענע פיר ווענט', און זיך שפּארן די אַלע קאָסטן פון רענט און באָסעס, און בנוסף לזה האָט דאָס געהאַט שטאַרקע פּאָטענציאַלע מעגליכקייטן פאר הכנסות.
מפּני דרכי שלום האָט זיך די הנהלת המוסדות אַרויסגעצויגן דערפון על פי הוראתו פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וואָס דאָס האָט באַדייט אַז מ'האָט זיך געטראָפן אין אַ פרישע קייט פון נאָכאַנאַנדע הוצאות, אָנגעהויבן פון דינגען צייטווייליגע בנינים, האָבן מער באָסעס צו קענען דעקן די ווייטערדיגע רוט'ס, עס האָט פילפאַכיג פאַרשווערט די מאָלצייטן אַפּאַראַט, עפּעס וואָס האָט אויפגעגעסן ריזיגע געלטער יעדע איינציגסטע חודש.
לעגאַלע געפעכט איבער'ן שטח האדיר אויף טשערי לעין, מיט מיליאָנען, ביז די העכסטע געריכט אין לאַנד!
מ'האָט זיך געטראָפן פאַרוויקלט אין אַ פאַרצווייגטע לעגאַלע קאָמפּליקאַציע איבער די שטח אויף טשערי לעין וואָס דאָס האָט געמיינט צאָללאָזע שעות און ערענסטע לעגאַלע קאָסטן ביז מ'האָט באַקומען אַ פּאָזיטיווע צוגאַנג צו די עירמאָנט באַאַמטע.
עס האָט אָפּגעקאָסט שווערע גריכטליגע געראַנגלען, זיצונגען מיט די העכסטע באַאַמטע אין וואַשינגטאָן, אַ ברייטע אַדוואָקאַטן צוזאַמאַרבייט, און עס האָט גענומען זייער לאַנג און שווער אַדורכצוגיין דעם טונעל און טאַפּן אין די פינסטערניש ביז ווען מ'האָט אָנגעהויבן זען אַ שטראַל פון ליכטיגקייט.
עס איז געווען אין אַ בחינה פון ביקש לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו, עס איז כסדר אונטערגעקומען פרישע אומערוואַרטעטע שוועריגקייטן, אָבער ב"ה מיט אַ געוואַלדיגע סייעתא דשמיא בכוחו ובזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק מייסד המוסדות זי"ע האָט מען באַוויזן בייצוקומען אַלע שוועריגקייטן און גיין פאָראויס.
ויהי בנסוע: הונדערטער משפּחות וואַנדערן אַרויס קיין מאָנסי
אין ראַם פון די אַלע אומערוואַרטעטע פאַקטאָרן וועלכע האָט באַטראָפן די מוסדות, איז געווען אַז פיר יאָר נאָכ'ן עפענען די מוסדות האָט זיך אָנגעהויבן אַ מאַסן אַרויסמופן פון וויליאַמסבורג קיין מאָנסי וואָס דאָס האַלט נאָך אן אויף גאָר אַ שטאַרקע פאַרנעם ביז'ן היינטיגן טאָג, מיט אַ דורכשניט פון 53 משפּחות וועלכע מופן יערליך אַרויס קיין מאָנסי, וואָס דאָס האָט דראַמאַטיש געטוישט די גאַנצע וויזיע פון די מוסדות, די וואוקס פון די מוסדות האָט זיך דראַסטיש געהויבן מיט גאַנצע 400%, און דאָס צו קענען נאָכיאָגן ובפרט אין די צייט וואָס מ'האָט נאָך ניטאַמאָל געהאַט קיין אייגענע בנינים, דאָס האָט אַריינגעשלעפּט אין פרישע ריזיגע קאָסטן.
דאָס אַלעס האָט נאָך אַרויפגעלייגט אַסאַך מער דרוק אויף די הנהלת המוסדות צו רוקן פאָראויס די פּלענער פאר די נייע בנינים, ווייל וואָס גרעסער די מוסדות איז געוואָרן אַלס מער האָט אַרויסגעשטאַרט די שוועריגקייט אַז מ'האָט נאָכנישט קיין אייגענע בנינים.
ממילא ווען מ'האָט שוין געהאַט די מעגליכקייט צו בויען האָבן שוין אַלע אכסניות און געדינגענע פּלעצער ווי מ'איז געווען קוואַרטירט ביז דאַן אַרויסגעשיקט די קינדער, און מ'האָט זיך פּשוט געטראָפן אן אַ דאַך איבער'ן קאָפּ, און עס איז נישט געווען קיין ברירה נאר אַריינצוטאַנצן מיט די גאַנצע קראַפט און אָנהייבן בויען אויף אַ מאַסיווע פאַרנעם פון אַלע זייטן אויפאַמאָל.
כן ירבה וכן יפרוץ: פריידיגע בליה און וואוקס צו אַלעמענס שמחה!
עס איז באמת אַ נחת דקדושה צו זען ווי אַזוי די כח הקדושה וואַקסט און מאַרשירט פאָראויס און עס שטייגט אויס אַזאַ ריזן אימפּעריע.
ב"ה עס איז נישט קיין קריזיס די בליה און וואוקס פונעם ציבור, אָבער וואָס עס איז אַ קריזיס די רעזולטאַטן פון אַ גאָר ווילדע אומנאטורליכע וואוקס, וואָס יעדע ביזנעס וואָס וויל קענען פונקציאָנירן געזונט טאָר נישט וואַקסן צו שנעל, ווייל אויב וואַקסט עס צו שנעל איז פּשוט נישט מעגליך נאָכצויאָגן און נאָכצולויפן די גאַנצע ביזנעס און געוויסע חלקים קענען ווערן פאַרנאַכלעסיגט פון די אומגעהויערע שנעלע גאַלאָפּ, אַלעס דארף מיטוואקסן אינאיינעם אויפ'ן זעלבן פאַרנעם.
אַ אומגעהויערע לאַסט: נאָכלויפן דעם נעכטיגן טאָג!
די מוסדות איז טאַקע נישט קיין ביזנעס, אָבער אין אַלגעמיין האָט אַ מוסדות אויך אַ געזונטע סטראָקטור ווי אַזוי זאַכן ווערן געטון, אַ געזונטע סטאַביליזירטע מוסדות קוקט אייביג מיט אַ בליק אויף פאָראויס, און פינף יאָר איידער די וואוקס זאָגט אַז מ'גייט דאַרפן בויען אַ נייע בנין, הייבט מען שוין אָן מיט די אַרבייט פון פאָנדרעיזינג פאַר'ן בנין, מ'שאַפט געלטער פאַר'ן בנין און מ'צושפּרייט דאָס אויס אין פּעימענטס במשך די צייט וואָס מ'בויעט, און מ'בויעט אויף אַ רואיגע פאַרנעם אינאיינעם מיט געלט וואָס קומט כסדר אַריין, אַזוי אַז נאָך פינף יאָר ווען מ'דאַרף שוין האָבן די בנין אין באַנוץ איז שוין די בנין פאַרטיג און אויסגעצאָלט, און די אַלגעמיינע מוסדות בודזשעט ווערט נישט אַפעקטירט דערפון.
ווען די וואקוס הייבט זיך אָבער אַזוי מאַסיוו באַדייט דאָס אַז מ'מוז בויען זייער שנעל און מאַסיוו, וואָס שנעל בויען באַדייט סיי אַז עס קאָסט טייערער און סיי אַנשטאָט מ'זאָל קענען זאַמלן די געלט אין פינף יאָר דאַרף מען דאָס אויפטרייבן אין צוויי יאָר, און סיי אַז מ'מוז בויען מער ווי איין בנין אויפאַמאָל וואָס דאָס באַדייט אַז עס איז ווייטער אוממעגליך צו קענען אויפטרייבן די נויטיגע פאָנדן און קאסטן אין די צייט וואָס די בנין בויעט זיך.
אבער לאָמיר רעדן אָן קיין בנינים, פּשוט פון האָבן איינגעשטעלטע, ווען מ'דאַרף יעדע יאָר האָבן פרישע מלמדים, פרישע טיטשער'ס, מנהלים, פרינציפעל'ס, איז מען כסדר פאַרנומען מיט'ן נאָכלויפן די וואוקס, און עס ברענט אויס און נעמט אַוועק די צייט פון קענען שאַפן די געלטער וואָס דאַרף געשאַפן ווערן.
און עס דאַרף ווערן אַרויסגעזאָגט אַז נאָך זיבן יאָר ביטע שווערע אַרבייט צו סטאַביליזירן די בודזשעט האָבן מיר דאָס כמעט געהאַט אין די הענט, און זאַכן האָבן שוין מער ווייניגער אָנגעהויבן שטימען, און עס איז שוין געליגן אויפ'ן טיש פאַרשידענע פּלענער איבער הכנסות פאר די מוסדות, אָבער ווען עס איז אַריינגעקומען די אויסטערלישע וואוקס וואָס האָט געברענגט אַ קייט-טשעין פון בויען בנינים אדירים, איז ממש די גאַנצע פאָקוס געגאנגען אויף דעם צו קענען דעקן די באַנק, און עס איז פּשוט נישטאָ די צייט און מעגליכקייט זיך אַראָפּצוזעצן און אויסאַרבייטן אַ מהלך ווייל מ'איז כסדר נאר פאַרנומען נאָכצויאָגן דעם נעכטן.
בנין בית רחל אין 8 חדשים, בנין ת"ת אין 12 חדשים, איז פאר העלדישקייט?!
מענטשן לערנען אָפּ מיט די נישט ריכטיגע בליק דאָס וואָס די מוסדות האָט געבויעט אַזוי שנעל, ס'דאָ וואָס מיינען אַז פּשוט וויבאַלד ס'דאָ אַ קעש פלאָו, און אַנדערע וואָס קלערן אַז מ'האָט געבויעט אַ בית רחל אין אַכט חדשים און די ת"ת אין אַ יאָר ווייל מיר האָבן געוואָלט צייגן העלדישקייט, דאָס איז בכלל נישט ריכטיג, די איינציגסטע סיבה פאַרוואָס מיר האָבן געבויעט אַזוי שנעל איז געווען ווייל אונזערע קינדער זענען געשטאַנען אויפ'ן גאס אָן קיין דאַך איבער'ן קאָפּ און עס איז נישט געווען וואו אָנצוהייבן די פרישע שנת הלימודים.
די מציאות איז געווען אַז סיי די ת"ת בנין און סיי די בית רחל שטח איז געוואָרן גרייט צו קענען בויען אין די זעלבע תקופה, און עס איז בשו"א נישט געווען אַ אָפּציע צו וואַרטן און מ'האָט תיכף ומיד געמוזט אַריינטאַנצן אין ביידע פּראָיעקטן אויפאיינמאָל.
פרישע משפּחות באַדייט פרישע דעפיציט!
ווען מ'רעדט פון נייע משפּחות וואָס מופן אַרויס קיין מאָנסי דארף ווערן ערווענט, אַז אַ יונגערמאַן מיט אַ קינדער געבענטשטע משפּחה וועלכע מופט, קומט דאָס מיט אינאיינעם מיט אַ גרויסע בינטל 'מופן קאָסטן' וואָס אין געוויסע פעלער נעמט אַ תקופה ביז מ'קען אָנהייבן געהעריג צאָלן שכר לימוד מיט אַלעס אַרום, און ביזדערווייל פאַלט דאָס גאָר שווער אויף די מוסדות.
ובפרט איז דאָס גאָר שטאַרק אין די יעצטיגע תקופה, ווען עס זעהט זיך אן אַ שטאַרקע עקאָנאָמישע אויפשאָקלונג ביים ציבור, עס איז שווער צו באַקומען מאָרטגעדזשעס און מ'צאָלט הויכע ראַטעס, און די אַרויסמופן צו רוב געגענטער איז היבש אָפּגעשוואַכט, אין די זעלבע צייט האַלט ווייטער אן די אומאָפּשטעלבאַרע פלוס פון משפּחות וועלכע מופן אַרויס קיין מאָנסי און שיקן אַריין די קינדער בתוככי מוסדותינו הק'.
נישטאָ די וויליאַמסבורג'ער פּראָגראַמען!
פון די אַנדערע זייט איז גאָרנישט אַזוי פּשוט אַז די הכנסות וואַקסן מיט, דער וויליאַמסבורגער ציבור איז געוואוינט צו וואַוטשער פּראָגראַם'ס צו העלפן מיט'ן באַצאָלן שכר לימוד וואָס דאָ אין אָפּסטעיט איז דאָס נישט דאָ, און בכלל ווען די אינפלאַציע האָט אַזוי אַרויפגעברענגט מאָרטגעדזש ראַטעס און רענט פּרייזן און אַלע אַרומיגע קאָסטן, פאַלט ליידער שכר לימוד אַ קרבן ביי אַסאַך מענטשן כאילו דאָס האָט עפּעס פּלאַץ שפּעטער אויף די ליסטע.
אָסטראָנאָמישע בוי-לאַסט, טראָץ מיליאָנען קרן הבנין נדבות!
ווען מ'איז אַריינגעטאַנצן אין די מאַסיווע בוי-פּראָיעקטן האָט די הנהלת המוסדות אַריינגעלייגט אויסטערלישע כוחות אויפצוטרייבן די נויטיגע פאָנדן דורכ'ן פאַרקויפן אַלע זכותים אין די נייע בנינים, סיי די גרעסערע סכומים פאר נגידי ונדיבי בית סאַטמאַר, און סיי קלענערע זכותים פאַר'ן אַלוועלטליכע סאַטמאַרער ציבור, און ב"ה עס איז אַריינגעקומען ריזיגע נדבות פון די חשובע נדיבים בעם וועלכע האָבן אָפּגעקויפט זכותים אדירים אינעם בנין, און פונעם אַלגעמיינעם ציבור וועלכע האָט געשאָנקן מסירת נפש'דיגע נדבות צו קויפן אַ שטיינדל אינעם בנין.
לשבחם יאמרו פונעם ציבור וואָס נאָר אַדאַנק דעם האָבן מיר געהאַט די מעגליכקייט צו פאַרמיידן אַ "קאָנסטרוקציע לאָון" - וואָס מיט די יעצטיגע הימל-שרייענדע ראַטעס וויל זיך נישט קלערן וואָספאַראַ שווערע קלאַפּ דאָס וואָלט געווען פאר די מוסדות, - און אין די זעלבע צייט קענען מיר זאָגן אַז מער ווי 90% פון די סאב'ס זענען שוין ב"ה באַצאָלט פון געלטער וואָס מיר האָבן אויסגעבאָרגט, און די הלוואות וואָס מיר האָבן געבאָרגט פון פּריוואַטע יחידים ווערן ווייניגער פון וואך צו וואך.
אָבער פאָרט זענען די קאָסטן געווען פיל פיל העכער, מיר האָבן געבויעט אין דריי יאָר בנינים וואָס אַלגעמיינע מוסדות מיט די צאָל קינדער וואָס מיר האָבן בויען זיך אין אַ משך פון צוואָנציג יאָר, און די פאַרבליבענע קאָסטן זענען געבליבן הויערן אויף די הנהלת המוסדות וואָס דאָס טוט באַדראָען צו פאַרקריפּלען די גאַנצע ווירטשאַפט פון די מוסדות.
שווערע מיליאנען אַדורכגעדרייט אין הלוואות!
ווי אומגלויבליך און איבערגעטריבן עס הערט זיך די ריזיגע ציפער פון שווערע מיליאנען דאָלאַר, עס איז דאך די מציאות, די מוסדות הקדושים האָט אין די לעצטע צוויי יאָר שוין אַדורכגעדרייט שווערע מיליאנען אין פּריוואַטע קורץ טערמינענדיגע הלוואות פון פּריוואַטע יחידים.
עס איז ריכטיג אַז די רובא דמינכרא פון די קאָסטן אויפצובויען די בנינים איז פינאַנצירט געוואָרן דורך די נדבות פונעם ציבור, איז אָבער די נדבות פונעם ציבור עפּעס וואָס איז נאָכנישט רייפע געצייטיגטע געלט, ווען רוב פונעם ציבור באַצאָלט די נדבות אין פּעימענט'ס פון עטליכע יאָר, אָבער די קאָנסטרוקציע אַרבייט דארף ווערן באַצאָלט ביים מאַכן די אַרבייט.
דעריבער כדי צו אויסמיידן די ריזיגע פּראָצענטן פון אַ קאָנסטרוקציע לאָון, האָט די הנהלה גענומען אויף זיך דעם אומגעהויערן לאַסט, אליינס צו שאַפן נדבות צו קענען אויסלייגן די געלט אויף ביז ווען די נדבות קומט אַריין, וואָס די פּריוואַטע הלוואות זענען בדרך כלל קורץ-טערמינענדיג אויף עטליכע וואָכן, און דאַן דארף דאָס ווערן באַצאָלט, און מ'דאַרף שוין דרייען פונעם צווייטן צום דריטן און דאַן צום 4'טן, פּשוט צו קענען אָנגיין.
און אין ראַם פון די קורץ-טערמינענדיגע נדבות איז שוין געוואָרן אַדורכגעדרייט שווערע שווערע צענדליגע מיליאנען דאָלאַרן, יאָ, יעדע איינציגסטע דאָלאַר וואָס מ'האָט געבאָרגט איז ב"ה געוואָרן באַצאָלט אַ פרייטאָג דערויף נאָכדעם וואָס דער מלוה האָט געמאָלדן אַז ער וויל צוריק דאָס געלט!
עס איז איבריג צו זאָגן וואָספאַראַ סטרעס'פולע אַרבייט דאָס איז, און דאָס שפּאַנט איין די גאַנצע הנהלת המוסדות, און עס נעמט זייער שטאַרק אַוועק די פאָקוס אויף אַלע אַנדערע דעטאַלן פון די מוסדות ווירטשאַפט, ווען די הלוואות-ראָד טרוקנט אויס יעדע ביסל כח און לאָזט איבער די חברי הנהלה אויסטערליש ערשעפּט.
וואַקלדיגע עקאָנאָמיע און שטייגנדע אינפלאַציע צוטרייסלט די מוסדות!
די אַרבייט פון נאָכלויפן די נעכטיגע טאָג, און דורכדרייען מיט הונדערטער מיליאָנען, איז עפּעס וואָס איז נישט ניי פאר די מוסדות, און מ'ספּראַוועט זיך שוין דערמיט פאר עטליכע יאָר, אַצינד איז דאָס אָבער געקומען צו אַ מצב פון כלות! וואָס מ'קען מער פּשוט נישט פאָרזעצן אַזוי.
ביז היינט איז די מצב הפּרנסה אויפ'ן גאס געווען שענער און בעסער און מ'האָט נאָך גרינגער געקענט שאַפן געלט פון נדיבים, און ס'געווען לייכטער צו שאַפן הלוואות אויף גרינגערע טערמינען, און נאָך אַלעם האָט מען זיך געדעקט.
אָבער יעצט פון די עקאָנאָמישע מצב איז היבש וואַקלדיג און עס איז שווערער צו פאָנדרעיזן איז די מצב אין אַ צושטאַנד אַז די מוסדות זאל ח"ו אַריינפאַלן אין אַ קריזיס, עפּעס וואָס מיר מוזן פאַרמיידן פאר יעדע פּרייז!
פאַרשטייט זיך אַז די אינפלאַציע פאַרנעמט אַ היבשע אויבן-אָן אָרט אין יעדע אַספּעקט פון די מוסדות, ווען דאָס האָט גאָר שטאַרק אַרויפגעשרויפט די קאָסטן פון יעדע איינציגסטע אויסגאַבע, עפּעס וואָס עלטערע לאַנגיעריגע סטאַביליזירטע מוסדות התורה דאָ אין שטאָט מיט טייערע שכר לימוד און געזונטע מקורות הכנסה קענען גאָר שווער אַראָפּשלינגען, און ווייסן נישט ווי אַזוי צו שטעלן אַ טריט ווייטער.
קראַנטע הכנסות קען נישט געבויעט ווערן אויף אַ שיף וואָס ראַנגלט זיך פאר איר עקזיסטענץ!
די הנהלת המוסדות האָט פאַרשידענע גראַנדיעזע פּלענער אויפ'ן טיש, צו היבש מער סטאַביליזירן די אַלגעמיינע בודזשעט צו פאַרמיידן צוקונפטע דעפיציטן, סיי מיט'ן אַהערשטעלן קראַנטע הכנסות פאר די מוסדות, און סיי דורך פאַרשידענע אַנדערע פּלענער, אָבער דאָס פאָדערט אַסאַך ישוב הדעת און עס פאָדערט די קאָפּ אויפ'ן פּלאַץ, וואָס ווען די גאַנצע מוסדות איז ווי אַ שיף וועלכע ראַנגלט זיך פאר איר עקזיסטענץ איז מען נאר פאָקוס אויפ'ן מאָמענטאַלע עקזיסטענץ און עס איז זייער שווער זיך אומצוקוקן מיט אַ ברייטערע בליק אויפ'ן אַרום.
עס איז צום האָפן אַז תיכף ווען זאַכן וועלן זיך סטאַביליזירן בעז"ה און די הנהלה וועט צום ערשטן מאָל האָבן לופט צום אָטעמען, וועט מען זיך שטאַרק קענען אַריינלייגן אינעם געביהט אַוועקצושטעלן אַ פעסטע עתיד אויף אַ סטאַבילע שטאַנד.
דער ציבור האָט דאָס געבויעט מיט מסי"נ, דער ציבור פּרעזערווירט דאָס מיט מסי"נ!
מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי איז נישט קיין נכסי פרטי, עס איז דעם ציבור'ס מוסדות, גאַנץ סאַטמאַר האָט דאָס אינאיינעם געבויעט פון סקרעטש און אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש, ב"ה מ'האָט זיך דערלעבט אַזאַ שיינע אימפּעריע און דאָס איז עפּעס וואָס מיר קענען נישט און מיר טאָרן בשו"א נישט לאָזן פאַלן אין אַזאַ מאָמענט!
דעריבער פּשוט כדי נישט צו פאַרלירן און ח"ו דערלייגן דאָס וואָס מ'האָט שוין געבויעט ביז היינט, איז קריטיש וויכטיג אַז די הנהלה זאָל קענען אויפטרייבן די נוטיגע פאָנדן צו סטאַביליזירן די מצב מיט'ן אָפּווישן די דריי אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר דעפיציט און באַזונדער די דריי מיליאָן דאָלאַר קרן הבנין לאך.
און בעז"ה מיט אַ שטאַרקע מסירת נפש פאַראייניגטע כח פון אַלע הורי המוסדות, אינאיינעם מיט אַ ברודער'ליכע האַנט פונעם סאַטמאַר גלאָבאַל וועלכע וועלן זיך אָנגאַרטלן, וועט מען דאָס בעז"ה באַווייזן!
הונדערטער הורי המוסדות מאָביליזירן זיך מיט אַ פלאַקער!
בברכת הקודש פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א איז געוואָרן אונטערגענומען די מעגאַ-קאַמפּיין להעמידם, וואָס כשמו כן הוא, צו אונטערפּינען און אַוועקשטעלן פרישע שטאַנדהאַפטיגע זוילן פון מיליאָנען צו איבערקומען די מאַסיווע חובות לעכער און חבלי לידה שיריים אַז די מוסדות זאָל קענען אַריבערמישן דעם ערשטן קאַפּיטל מיט אַ שטאַרקע ווייטערדיגע עתיד פאר די קיום המוסדות.
עס איז געוואָרן איינגעפעדעמט אַ מאַסיווע קאַמפּיין מיט'ן באַרימטע קראַוד מהלך אַז יעדער טאַטע פון די מוסדות נעמט זיך אונטער אַ פּערזענליכע ציהל וואָס ער וועט שאַפן און אויפטרייבן ביי זיינע חברים וידידים, קרובים און גוטע פריינד, שכנים און ביזנעס פאַרבינדעטע.
די הורי המוסדות זענען פייערדיג איינגעשפּאַנט אינעם קאַמפּיין צו אָפּראַטעווען די הייליגע מוסדות, פון די אייגענע קינדער, און פאַרזיכערן איר ווייטערדיגע שטאַנדהאַפטיגע עתיד און קיום.
די אויסטערלישע וואַרעמקייט ביי די עלטערן זעהט זיך גאָר שטאַרק אן פון די הויכע ציהל'ן וואָס די עלטערן האָבן זיך אונטערגענומען, טראָץ דעם וואָס זיי ווייסן גוט אַז דאָס געלט קומט נישט צופיס און עס פאָדערט אַ האָרעוואַניע דאָס צו שאַפן, דאָך זענען זיי פולקאָם אַנטשלאָסן דאָס אויסצופירן בעוז ותעצומות פאר די הייליגע מוסדות.
להעמידם! סאַטמאַר איז דאָ מיט די גאַנצע האַרץ פאר מאָנסי!
די גרויסאַרטיגע קאַמפּיין "להעמידם" וועט בעז"ה אַרויסקומען צום ציבור די קומענדיגע מיטוואָך און דאָנערשטאָג במדבר הבעל"ט, ווען סאַטמאַר וועט זיך אָנגאַרטלן מיט די קאָנסטרוקציע טול'ס און אַהערשטעלן פרישע שטאַנדהאַפטיגע זוילן פאר די עתיד קיום המוסדות.
יעדע סאַטמאַרער חסיד ערוואַרט פּערזענליכע טעלעפאָן רופן פון די קרובים וידידים תושבי מאָנסי, און דער ציבור וועט וואַרעם אַנטפאַנגן און ענטפערן די מאָנסי טעלעפאָן קאָל'ס מיט הייסע וואַרימע שטיצע, וואָס אין די היינטיגע קליינע וועלט איז מאָנסי גאָר נאָנט צו יעדן איינעם, ווען יעדע סאַטמאַרער איד האָט היינט חברים קרובים וידידים וועלכע זענען אַ חלק פון די סאַטמאַרער אימפּעריע אין מאָנסי.
עס איז אונזער אַלעמענס הייליגע אינטערעסע און אחריות צו זען די הצלחה און סוקסעס פון אונזער הערליכע אימפּעריע אין מאָנסי, פון די שענסטע צווייגעלעך וועלכע וואַקסן און בליהען פונעם סאַטמאַרער גאָרטן .
דעם מיטוואָך און דאָנערשטאָג וועט סאַטמאַר צייגן סאָלידאַריטעט פאר מאָנסי, אַ מוסדות וועלכע האָט נישט קיין אייגענע פילאַנטראָפּן וועלכע זאלן דאָס פינאַנצירן, אָבער זענען פאַרזיכערט אַז די גוטע ברודער פון סאַטמאַר גלאָבאַל וועלן איר נישט לאָזן אויפ'ן וואַסער!
די שיינקייט פון סאַטמאַר מאָנסי איז ביז היינט געווען סאַטמאַר'ס נחת, און איר ווייטערדיגע בליה און וואוקס איז ווייטער סאַטמאַר'ס שטאָלץ און שטאַרקייט בעז"ה!
די זכות פון תורה של תינוקות של בית רבן, און די זכות פון רביה"ק זי"ע מייסד המוסדות וואָס האָט צוגעזאָגט "ווער ס'וועט העלפן מיינע מוסדות וועל איך נישט שולדיג בלייבן", וועט ביישטיין אַז איר זאָלט זען נחת דקדושה ביי אייערע קינדער, ברכה והצלחה בעל מעשי ידיכם, בבריות גופא ונהורא מעליא.
רופט אַריין צום להעמידם קאַמפּיין הויפּטקוואַרטיר845.498.1221, און זייט תורם אייער וואַרימע נדבה פאר די עתיד קיום המוסדות אין מאָנסי.
חזקינו נא אך הפּעם הזה! העלפטס מאָנסי די שפּיגעלע פון סאַטמאַר, איינמאָל פאר אַלעמאָל, איינס אבער א גוטס!
סאַטמאַר געבט אַ האַנט פאר מאָנסי!
Kommentare