top of page

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אינטערנעמען א זעלטענע נסיעה פוקד זיין די מקומות הקדושים אין אייראפע לרגל יומא דהילולא פון ראש השלשלתו קדושא רביה"ק בעל ישמח משה זי"ע

אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אונטערנעמען א זעלטענע מסע הקודש צו פוקד זיין די מקומות הקדושים אין אייראפע, לקראת די יומא דהילולא קדישא פון זקינו ראש השלשלת מרן רביה"ק בעל ישמח משה זי"ע, מקום מנוחת קדשו אין שטאט אוהעל אין אונגארן.

די גולת הכותרת פון די מסע הקודש וועט זיין א גרויסע שבת בעיר האבות סיגעט, אינעם היסטארישן שוהל הויף וואו די הייליגע צדיקים שרפי מעלה לבית סיגעט האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש און געפירט ריזיגע עדות חסידים לאנגע יארן, וואו עס איז אין די לעצטערע יארן פראכטפול אהערגעשטעלט געווארן א שפאגל נייע בנין בית מקדש מעט און הכנסת אורחים.

דער רבי שליט"א וועט ארויספארן מיטוואך פרשת מטות מסעי אונטערוועגנס קיין ראמעניע, פון דאנערשטאג אינדערפרי ביז מוצאי שבת קודש וועט דער רבי וויילן אין שטאט סיגעט, פרייטאג פארטאגס וועט פארקומען די צענטראלע עלי' לציון, און דערנאך וועט געפראוועט ווערן א געהויבענע שבת במקהלות עם רב.

זונטאג אינדערפרי וועט דער רבי אנקומען צום שטאט אוהעל אין אונגארן, און פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע א טאג נאכן יארצייט וואס געפאלט ביום השבת קודש כ"ח תמוז, דערנאך וועט דער רבי פארזעצן קיין פוילין צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו דער הייליגער צאנזער רב זי"ע בעל דברי חיים.

די נסיעה ווערט צוגעשטעלט דורך די ללכת פירמע, וועלכער וועט מעלדן מער דעטאלן אין די קומענדיגע טעג פארן ברייטן ציבור פון אנשי שלומינו וועלכע וועלן נישט ארויסלאזן דעם געלעגענהייט מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש פונעם רבין שליט"א.





Comments


bottom of page