top of page

כל השביעין חביבין: מרכז עזרה ויעוץ גרינדעט "זיבעטע אָפיס" אין שטאָט אשדוד! נאכצוקומען קריטישע רופן פון הצלה משמד הגיוס

פרישער מציל הר"ר צבי שטיינמעטץ שליט"א ערהאלט שימוש צו אנהייבן זאפארטע פעולות הצלה אינעם נייעם אפיס

תלמידי וחסידי סאַטמאַר, וואס דאס פלאם פון מלחמה לה' בעמלק טוליעט אין זייערע הערצער, האבן מיט פריידיגע געפילן אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה, אז אין די לעצטערע תקופה איז געגרינדעט געוואָרן די סאַמע זיבעטע אָפּטיילונג פון די הצלת ישראל אַקטיוויטעטן אין די ראַמען פונעם וועלט באַרימטן "מרכז עזרה ויעוץ" - דאָסמאָל אין די שטאָט אשדוד וואו עס וואוינען פילע טויזענטער חרדי'שע אידן פון פארשידנארטיגע שיכטן און קרייזן, נאָכדעם וואס עס האָט זיך אָנגעזען אַ שטאַרקע געברויך צו גרינדן אַ פרישער לאָקאַלער צענטער צו קענען אַרויסהעלפן בחורי ואברכי ישראל וועלכע נויטיגן זיך אין הילף.

די פרישע אָפיס אין אשדוד איז דערמיט פאַרוואַנדלט געווארן אלס פרישע זיבעטע רינגעלע אין די קייט פון רעטונגס אַקטיוויטעטן וואס ווערן אנגעפירט דורך דער נערוו-צענטער פון הצלת ישראל, דער באַרימטער "מרכז עזרה ויעוץ", וואס איז געגרינדעט געוואָרן בשנת תשע"ג אין ירושלים עיה"ק, וואו עס שפילן זיך ביז היינט אָפּ די הויפט אַקטיוויטעטן אויף אַ טעגליכן פארנעם דורך אַן איבערגעגעבענע שטאַב פון אזויפיל ווי "ניין מצילים", אין שפיץ פונעם באַרימטן שלוחי דרחמנא ושלוחי דידן, הרב שמעון שישאַ שליט"א, פון די חשובע נקיי הדעת שבירושלים וועמענס פעולות געניסן פון אַן אויסשליסליכן צוטרוי דורך די שרי התורה חברי ביד"צ העדה החרדית ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.

נאכפאלגענדיג די געוואלדיגע אָפּרוף און הצלחה אין ירושלים, איז אַ יאר שפעטער, בשנת תשע"ד, געגרינדעט געווארן דער צווייטער מרכז עזרה אָפיס אין די שטאָט בני ברק, וואס האט נאָכגעפאָלגט מיט'ן עפענונג פון די אָפיסעס אין צפת און בית שמש.

מיט צוויי יאר צוריק, בשנת תשפ"ב, איז פאַרברייטערט געווארן די אַקטיוויטעטן דורך גרינדן אַ פרישן פליגל אין די שטאָט אלעד, און אַצינד בשנת תשפ"ד איז צוגעקומען א פרישע רינגעלע מיט'ן עפענונג פון די אָפיס אין אשדוד, וואס באַדייט אַז דער מרכז עזרה ויעוץ פאַרמאָגט שוין אצינד פליגלען אין כמעט אלע גרעסערע שטעט וואו עס וואוינען חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל, וואָס דאָס איז אויסער דער אָפיס אין אַמעריקע וואס איז געגרינדעט געווארן אין תשע"ח און העלפט אַרויס מיט אלע הצלה אַקטיוויטעטן.

שלומי אמוני ישראל שיקן די האַרציגסטע וואונטשן לרגל דעם עפענונג פונעם פרישן פליגל: לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל! ואנן מהכא וועלן מיר אי"ה אַרויסהעלפן דורך עס שטיצן און זיכער מאַכן אז די פעולות הקודש גייען אָן אומגעשטערט!



0 comments

Comentários


bottom of page