top of page

יראת השם אלמדכם: קרוב צו 200 תלמידי סניפי ישיבה דרך התורה ד'סאטמאר מיטגעהאלטן יום התעלות אינאיינעם מיט דרשות פתיחות הזמן ביום ל"ג בעומר

Updated: Jul 4

געהויבענע יום התעלות פארגעקומען אין ביהמ''ד זכרון צבי ד'ספינקא אין קרית יואל וואו עס איז צום ערשט פארגעקומען א סדר הלימוד פון דריי שעה רצופות דורך די קרוב צו צוויי הונדערט תלמידים פון די צוויי סניפי ישיבת דרך התורה, שפעטער איז דער אנגעקומען הגה"צ אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א דעררב איז צום ערשט ארומגעגאנגען צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט.

 נאכ'ן דאווענען מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן בדברי הדרכה והשקפה פאר די תלמידי הישיבה - כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע צו זאגן דעם דרשת פתיחה ביום ל"ג בעומר.

דער רב שליט"א האט פאר א לענגערע ציייט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דעם טאג און ארויסגעברענגט די תחלית פון א בחור צו קומען אין ישיבה עס צו אויסניצן אויף דער ריכטיגע אופן בתורה ועבודה בלימוד התורה, ובתפילה.

דער רב האט באזונדער ארויסגעברענגט לשבח ווי פלייסיג די בחורים האבן היינט געלערנט אפי' מ'איז נעכטן געגאנגען שלאפן שפעט נאכ'ן טיש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און מ'גייט היינט גיין שלאפן שפעט נאכ'ן מעמד ההדלקה,

זיך פלאגן אויף תורה איז די בעסטע זאך פאר א בחור, אז מ'וועט צוריקקוקן יארן שפעטער וועט מען עס איינזעהן.

דערנאך האט דער רב אנגעווינטשן פאר די תלמידי הישיבה ווען די תלמידי הישיבה צוגייען זיך מיט אין א געהויבענע שטימונג










 


Commentaires


bottom of page