top of page

יום ל"ג בעומר אפגעראכטן געווארן אויף א הערליכע פארנעם אינדערהאלב מוסדות סאטמאר לינדען

דעם פארגאנגענעם זונטאג ביום ל"ג בעומר איז פארגעקומען הערליכע מעמדים אין תלמוד תורה אין מוסדות סאטמאר לינדען, באזונדער פאר נוסערי און קינדערגארטן קינדער אין זייער בנין, און אויף א באזונדערע גרעסערע פארנעם פאר אלע אנדערע כיתות פון כיתה א' און ארויף, עס איז געווען צוגעגרייט א סעודה רחבה מכל טוב וטוב ווי מען האט זיך באמת מיטגעפרייט מיט די שמחה פונם תנא רשב"י, דערנאך האט מען געזינגען די ל"ג בעומר זמירות בר יוחאי און ואמרתם, ווי די עלטסטע קינדער האבן געהאט א געלעגענהייט פארצוזונגען א שטיקל און די עולם האט נאכגעזינגען דעם פזמון. דערנאך איז די גאנצע תלמוד תורה ארויס צום הדלקה אונעם ריזיגע לופטיגע חצר ווי די חשובה מלמדים שליט"א האבן געגאסן אויל צום מדירה, און בשעת די מנהל הרב ר' דוד האלבערשטאם שליט"א האט געצונדען די הדלקה האבן זיך די קינדערלעך אינאיינעם מיט די מלמדים געהויבן מיט גרויס התלהבות מיטן ניגון לכבוד התנא אלוקי רשב"י און ממשיך געווען מיט אנדערע ניגנים ביי די הייליגע ריקודין של שמח.







Comments


bottom of page