top of page

טעגליכע שיעורי תורה גייען ווייטער אן אין די זומער חדשים מיט די אריבער "40 שיעורי תורה" אין די סאטמארע קעמפס און קאנטעריס לענגאויס די קעטעסקיל בערג

ווי יאר יערליך טוען טויזענטער אנשי שלומינו איבער די שטאט ארויס פארן אויף די זומער חדשים צו וויילן אין די קאנטעריס אויף די קעטסקיל בערג, ווען מען שאלטערט זיך אויס פון די גאנץ יאריגע שטאטישע געפילדער און הלוך ילך, וואס דאס קען צוליב די טויש אין סדר היום ביי געוויסע ברענגען א התרשלות אין די טעגליכע קביעות'דיגע שיעורי תורה, וועלכע מען האלט אן מיט א קביעות ווען מען געפינט זיך אין שטאט, יעדן טאג.

די צענדליגער שיעורי תורה אויף די קעטסקיל בערג ווערן מיינסטענס אהערגעשטעלט און צוגעהאלפן דורך די געטרייע עסקני "התאחדות אברכים ד'סאטמאר" פון שטאט וויליאמסבורג, וועלכע האלטן א גאנץ יאר די וויזיע פאר די אויגן וויאזוי צו אויפהייבן די קרן התורה אינדערהאלב די סאטמארע קהילה אין שטאט, און יעצט פארן זומער סעזאן זענען זיי שטארק אקטיוו צו אהערשטעלן פרישע שיעורי תורה, און ארויסהעלפן די עקזיסטירענדע שיעורים מיט וואס עס פעלט זיך נאר אויס.

היי יאר זענען די עסקנים ארויס מיט א פרישע חידוש, ווען מען האט צום ערשטן מאל צוזאמגעשטעלט א קלארע און דעטאלירטע ליסטע פון די אלע צענדליגער שיעורים וועלכע קומען פאר אין די סאטמארע בתי מדרשים אויף די קעטסקיל בערג, ווען נאך וואכן פון מאכן די ריכטיגע פארש ארבעט און אריינלייגן שטארקע כוחות צו וויסן יעדע שיעור די פונקטליכע זמן און מקום הלימוד, איז דער ליסטע ארויסגעלייגט און פארשפרייט געווארן פארן ברייטן ציבור.

אין די יעצטיגע טעג זענען די מודעות אויסגעהאנגען געווארן איבער די אלע סאטמארע צענטערן איבער די שטאט וויליאמסבורג, ווי אויך איבער די קעטסקיל בערג אין די סאטמארע זומער קאלאניס, וועלכע איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד דורכ'ן ברייטן ציבור וועלכע וועלן קענען מיטהאלטן די אינהאלטסרייכע שיעורים שלא יבוטל התמיד.





Commenti


bottom of page