top of page

טויזענטער אנשי שלומינו אין קרית יואל אינאיינעם מיט אלפי תלמידי הישיבות זיך נעכטן באטייליגט ביים מסע הלויה פון הגה"צ חו"פ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

טויזענטער אנשי שלומינו תושבי קרית יואל דערונטער די אלפי תלמידי הישיבות האבן זיך נעכטן נאכמיטאג פארזעמעלט ביים מסע הלויה הגה"צ חו"פ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל מחבר ספרי סייעתא דשמיא, וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול.

חכם שמת הכל קרוביו: על פי הוראות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זענען אלע סדרי הישיבה אין די היכלי הישיבות אין קרית יואל אפגערופן געווארן ביים צייט פונעם לויה, ווי די טויזענטער תלמידי ישיבות קטנות וגדולות האב זיך באטייליגט ביים לויה.

עס האבן מספיד געווען הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א - ר"י הרמה לאנדאן דורך א הוקאפ, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, תלמידו הר"ר יצחק אליעזר וואלדמאן שליט"א, חתנו הרה"ג ר' אהרן יוסף ראזענבוים שליט"א.

דערנאך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי הספד בקול בכי און באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, און ארויסגעברענגט זיין דביקות אין רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע זייענדיג די שליח צו משמיע זיין משנתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע איבער די חומר פון די בחירות הטמאות פאר די אידן אין ארה"ק, און ארומגערעדט איבער זיין געוואלדיגע פירוש אויף משניות צו ברענגן די משניות לידי הבנה פאר יעדן איד און געזאגט אז רבינו הקדוש מסדר המשניות איז אים זיכער מחזיק טובה, און געבעטן פונעם חשוב'ן נפטר צו זיין א מליץ יושר פאר זיין גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

דערנאך האט מספיד געווען כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א דורך א הוקאפ.

שפעטער האט דער רבי מלוה געווען די מטה אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור פאר א שטיק צייט.

אבידה שאין לה תמורה









0 comments

Kommentare


bottom of page