פארגעקומען אויף א הערליכע פארנעם אין די יסודי התורה זאלן אין שטאט בהשתתפות פון טויזענטער חסידי סאטמאר פון גאנץ לאנדאן.
הערליכע פראגראם געהאלטן געשפאנט די באטייליגטע ציבור לענגערע שעה'ן ביז קרוב לחצות הלילה, אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר ישראל יעקב פרענקעל הי"ו מראשי קהלתינו, דערנאך האט מען געהערט די ווארעמע ווערטער דורך הרה"ג ר' שמעי לעיוו שליט"א דיין וראש הכולל, און דערנאך די ווערטער פונעם רב שליט"א.
הויעכפונקט פון דער נאכט איז בלי ספק געווען ווען הרה"צ המשפיע מלהיב לבבות ישראל ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א האט איבערגענומען דעם ציבור און געפראוועט פאר לענגערע שעה'ן בדביקות עילאה מיט א פלאם פייער.
כי לא תשכח מפי זרעו
Kommentarer