top of page

וְחַג שָׁבֻעֹת תַּעֲשֶׂה לְךָ בִּכּוּרֵי קְצִיר חִטִּים: רבני קהלתינו הק' אראפגעפארן צום צווייטן ווייץ שניט פארן בית האופה דקהלתינו אינעם ווייץ פעלד אין קאליפארניע

Updated: Jul 3

נעכטן זונטאג תיכף נאכן דערהויבענעם יו"ט שבועות, זענען אראפגעפארן בשלוחת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין - די דיינים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, צום צווייטן ווייץ שניט, חטים מהודרים בלי שום פקפוק וחששות פון מצומחות אדער מבוקעות. לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.

 

מיט זיי זענען מיטגעפארן די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

 

אזוי אויך איז ספעציעל אראפגעפארן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם יעצטיגן ווייץ שניט.

 

ווי שוין געמאלדן איז פארגעקומען דער ערשטער שניט אין יומע אריזאונע אין די וואך פון ל"ג בעומר, ווי מ'האט געשניטן קרוב צו א פערטל מיליאון עיקער לאנד און נאנט צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה. די מהודר'דיגע ווייץ איז שוין ב"ה אהנגעקומען קיין ניו יארק א וואך פאר שבועות.

 

אזוי ווי, לויט ווי ס'ווערט געשאצט איז דער סכום ווייט פון גענוג אויפן קומענדיגן יאר און לויטן ברייטן פארלאנג אויף די מצות מהודרים פעלט'זיך אויס פיל מער ווייץ, וואס די פעלדער וואס מהאט געפלאנצט אין אריזאונע האבן נישט געקענט נאכקומען, צוליב דעם וואס איינע פון די ארטיגע פעלדער האט נישט מצליח געווען ארויסצוקומען הונדערט פראצענט לויט די מהודר'דיגע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט און לחומרא יתירה האט מען דאס איבערגעלאזט. איז מען ע"פ הוראת קדשו פון מרן רבינו שליט"א אראפגעפארן זוכן אין די קאליפארניע פעלדער, ווי מ'האט בס"ד געטראפן די ריכטיגע פעלדער און גאר מהודר'דיגע ווייץ

 

וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני'ה, מיט אלע חומרות והידורים ווערט היינט - אהנגעהויבן אום 1 אזייגער כחצות היום (4 אזייגער ניו יארקער צייט) - געשניטן ווידעראמאל דעם זעלבן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה.

קרעדיט: סאטמארע נייעס










0 comments

Comments


bottom of page