top of page

ולבקר בהיכלו:"באזוכן טאג" אין מחנה רב טוב ב"ה אריבער מיט גרויס הצלחה – עלטערן געבן איבער פאר די קעמפ איינגעשטעלטע ווי שטארק די קינדער האבן הנאה

אויב מ'הערט אמאל אן אויסדרוק אויף א טאג אז עס איז 'מעט הכמות ורב האיכות' דאן קען דער פארגאנגענער זונטאג ווערן אזוי קאטעגאריזירט. ווען דעם זונטאג העעל"ט איז געווען דער טאג וואס די חשוב'ע עלטערן פון די אלפי תלמידי המחנות "רב טוב מחנה נתן צבי", זענען געקומען באזוכן זייערע לעכטיגע קינדער ווי עס ווערט גערופן "באזוכן טאג" (וויזיטינ"ג דע"י).

וביום הביקורי"ם

זונטאג אנגעהויבן פון די גאנץ ערשטע פארמיטאג שעות האט זיך שוין אנגעהויבן אנצוזען א שטארקע פארקער ביים פארקינג לאט. ווי א שעה שפעטער, האט זיך דער קעמפ אנגעהויבן אנצופילן מער און מער מיט בענקעדיגע עלטערן וואס האבן זיך מטריח געווען בטירחא דגופא ארויסצוקומען פערזענליך באזוכן זייער לעכטיג קינד וועלכער וויילט אין קעמפ אין די זומער וואכן, און גלייכצייטיג כאפן א בליק אויפ'ן הלוך ילך און זיכער מאכן אז דאס קינד געפונט זיך אין א גוט פלאץ.

אין די זעלבע צייט האבן  די עלטערן געהאט א געלעגנהייט צו רעדן מיט דאס קינד'ס מלמד און משגיח און איבערגעבן "ערשטהאנטיג" ווי שטארק די קינדער האבן ב"ה הנאה און ווי זיי לעבן אריין אין אלע פראגראמען און סדרים.

פון אלע זייטן איז מען צוגעקומען פארציילן מיט וואס'ערע סיפוק זייערע קינדער רופן אהיים און דערציילן מהנעשה והנשמע אין קעמפ, און איבער די רייכע טעגליכע אינהאלטסרייכע פראגראמען און אקטיוועטעט"ן. זה בכה וזה בכה, יעדער איינער מיט זיינע באמערקונגען און אויפאסונגען, עס איז געווען אינטערעסאנט אויפצומערקן וויאזוי יעדער קומט זיך באדאנקען און ברענגט ארויס פארשידענע פרטים, אז די איינגעשטעלטע זענען אליין געכאפט געווארן אין איבעראשונג ווי אזויפיל פרטים און קליינע דעטאלן וואס קינדער נעמען ארויס פונעם זומער. דער צד השוה איז אבער געווען אז די קינדער זענען מלא סיפוק, און ווי פארשטענדליך אויך די עלטערן, ווייל די איינציגסטע זאך וואס עלטערן ווילן וויסן איז אז זייערע קינדער זענען צופרידן און געפונען זיך אין א גוט פלאץ מיט איבערגעגעבענע מחנכים וואס טוען כל מה שביכלתם ארויפצוברענגען א שמייכל אויפ'ן קינד'ס פנים.

ויום טוב בצאתו בשלום

די עלטערן זענען אהיימגעגאנגען מיט פולע הויפענעס באגאדזשן פון אמת'דיג אידיש נחת. אונטן אינעם פארקינגע לאט האט מען געזען וויאזוי עלטערן זעצן זיך אריין אין קאר מיט א ברייטן שמייכל אויפ'ן פנים, עס איז געווען הכרת פניהם ענתה בם.

 די עלטערן האבן זיך ווארעם געזעגנט מיט די טייערע קינדערלעך מיט א שבח והודאה על העבר אז דער רבש"ע האט זיי צוגעשטעלט אזא גוט פלאץ און א בקשה על העתיד אויף א ווייטערדיגע אפגעהיטענע זומער מיט די ריכטיגע שמירה שד' ישמור צאתנו ובואנו לחיים ולשלום.

     כרחם אב על בנים!

בילדער: די ריזיגע פארקינג שטחים דערנעבן פונעם קעמפ פארפלייצט פון די הונדערטער קאר'ס פון די עלטערן







 


 

 

Comments


bottom of page