top of page

ויהי בימי קציר חטים: יערליכער ווייץ שניט אנגעהויבן געווארן ביי די מהודר'דיגע ווייץ בעיר אריזאונע - מקום שאין גשמים מצויין - לטובת רבבות חסידי סאטמאר איבער די וועלט

Updated: Jul 4

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אראפגעשיקט ביום ל"ג בעומר הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, וועלכע זענען עומד על המשמר שוין פון סוף ווינטער משעת זריעה, אז זיי זאלן מפקח זיין אויפן שטח בשעת דעם גאנצן סדר הקצירה ביז נאכן פארפאקן און אפשיקן קיין ניו יארק.

מיט זיי איז מיטגעפארן הג"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א, און די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

דער ארטיגער הייסער וועטער קלאפט ביי 104, און די ווייצלעך אינעם פעלד זענען שוין הערליך פולקאם געצייטיגט, ובס"ד אהן קיין חשש מצומחות אדער מבוקעות.

נאכן אויספרעגן די ספעציעלע שומרים וואס זענען נתמנה געווארן, איבערן קלימאט די לעצטערע וואכן אויפן פעלד, און נאכן בודק זיין טויזענטער ווייצלעך פון דעם פעלד זיכער צו מאכן אז די ווייצלך זענען מהודרים מאוד, האט מען איבערגעקוקט דעם גיגאנטישן קאמביין מאשין, זיכער צו מאכן אז ס'איז זויבער און טריקן, און מ'האט פארקלעבט אלע פייפס וואס קומען ארויס פונעם מאטאר אויפן קאמביין מאשין, וואס קען טראפן אויפן פעלד בשעתן שניידן.

תיכף דערנאך האט מען בשעטומ"צ אהנגעהויבן דעם שניט אויפן פעלד, און בעז"ה וועט מען אין די קומענדיגע פאר טאג שניידן הונדערטער עיקער לאנד פון מהודר'דיגע ווייץ.

לשם מצות מצוה

קרעדיט: סאטמארע נייעס







Comments


bottom of page