top of page

ובשנה השלישית: תורה'דיגע שפאנונג ביי אלפי חסידי סאטמאר צו מעמד אדיר "לימוד התורה ברבים", צווייטן טאג שבועות "ביום מתן תורה" צוויי שעה בעפאר תפלת שחרית

Updated: Jul 4

על פי קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביים שיעור תהילים בהיכל המתיבתא הק' אין קרית יואל דעם מידוואך ארומרעדענדיג איבער דעם הערליכן סדר הלימוד.

קֹול גָדֹול ְוְלא יָסף: נאך אפקלינגענדיגער קול תורה פון קהל האלפים לעצטע צוויי ימי קבלת התורה, דורכאויס צוויי שעה נאכאנאנד בקול אדיר וחזק בעסק התורה, צענטרַאלער מקום הלימוד, במקהלות אלופי אלפים, זקנים עם נערים, כאיש אחד בלב אחד אין היכל הענק "בית המדרש הגדול קרית יואל", בפקודת הקודש פונעם רבין ווערט דער סדר הלימוד אפגעראכטן אין ַאלע בתי מדרשים דקהלות הקודש "סַאטמַאר" בכל קצוי תבל, נייער "קובץ נעשה ונשמע" מיט רייכע אויסווַאל פון לימודים בעניני החג, סוגיא דקבלת ועסק התורה, הלכה ותורת החסידות, ריזן אויסוואל פון 8,500 גמרות "עוז והדר" אין צענטרַאלן מקום הלימוד אין קרית יואל, מיט ברייטע אויסוואל פון פון ַאלע ישיבה'שע מסכתות הש"ס.

פאסיגע געלעגנהייט צו לערנען "טַאטעס מיט קינדער" און "זיידעס מיט אייניקלעך" ביום מתן תורתינו הקדושה, ברוב עם הדרת מלך, גאר רייכער ספר-מתנה פאר בחורי חמד המשתתפים אין סדר הלימוד.

קביעין כן תהון בהנהו חבותא







0 comments

Opmerkingen


bottom of page