top of page

ובאו כולם בברית יחד! סאַטמאַר מאָנסי האָט באַוויזן היסטאָריע: 20,900 נתינות טרייבן אויף קרוב צו 8 מיליאָן דאָלאַר דורך די הורי מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי פאר אַ פרישע גאָלדענע עתיד און לעכטיגע קיום

Updated: Jul 4

סאַמע-גרעסטע קאַמפּיין סטראַטעגיסטן שטייען פאַרוואונדערט אויף די אויסטערלישע הצלחה און סוקסעס, ווען בלויז די אויסנאַמליכע פייער'דיגע ברען ביי די הורי המוסדות צו פאַרזיכערן די עתיד המוסדות טוט פאַרענטפערן די זעלטענע הצלחה וועלכע האָט געפלאַקערט ביים גרויסאַרטיגן "להעמידם" קאַמפּיין

מאָנסי – ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו! מיט אַ אומבאַגרעניצטע שמחה און פרייד טוען תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי מאָנסי אָפּצייכענען די היסטאָרישע ציפערן וואָס מאָנסי האָט באַוויזן כאיש אחד בלב אחד, דעם פאַרגאַנגענעם וואָך ביים היסטאָרישן להעמידם קאַמפּיין, ווען מיט די נדבות פון 20,900 נתינות, איז געוואָרן אויפגעטריבן די אָסטראָנאָמישע ציפערן פון קרוב צו 8 מיליאָן דאָלאַר דורך די הורי מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי און מיט דעם איז בסייעתא דשמיא געוואָרן אַראָפּגעשטעלט אַ פרישע גאָלדענע עתיד און לעכטיגע קיום.

להעמידם קאַמפּיין טרייבט אויף מיליאָנען!

ווי ברייט באַריכטעט אין די לעצטערע וואָכן איז אינערהאַלב מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי געוואָרן אונטערגענומען אַ מאַסיווע קאַמפּיין אונטער'ן נאָמען "להעמידם" מיט'ן ציהל אַראָפּצושטעלן אַ שטאַנדהאַפטיגע פינאַנציעלע עתיד און קיום פאר די הייליגע מוסדות צו פאַרזיכערן אַז טראָץ די פּרעצענדענטלאָזע בליה און וואוקס פון די מוסדות זאל דאָס נישט פאַרקירעווען די הייליגע מוסדות פון אַ מאַסיווע אימפּעריע וואָס וואַקסט און בליהט צו אַ קריזיס'פולע צושטאַנד אין אַ טיפע חובות-לאך.

די גרויסאַרטיגע קאַמפּיין איז אַקטיוויזירט געוואָרן נאָך עטליכע וואָכן פון העפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסאַרטיגן קאַמפּיין ווען די געטרייע העלדישע חברי הנהלת המוסדות האָבן געאַרבייט אויף אַלע פראָנטן צו פאַרזיכערן די מאַקסימאַלסטע הצלחה למען עתיד קיום המוסדות, עס איז פאָרגעקומען אַ רייע פון קלענערע מסיבות פאר געלאַדנטע עלטערן וועלכע האָט צוזאַמגענומען די חשובע עלטערן אין אַ פאַראייניגטע ברענעדיגע שטימונג למען עתיד קיום המוסדות.

אסיפה גדולה קיום המוסדות צינדט אן העלישע פייער!

אין נאָכפאָלג פון אַלע הכנות צום קאַמפּיין איז פאָרגעקומען די גרויסאַרטיגע "אסיפה גדולה קיום המוסדות" ביי וועלכן עס איז ריכטיג געוואָרן צוגעלייגט די שוועבעלע צום פייער, און הבערה ללהב יוצאת עס האָט אויפגעפלאַמט די קאַמפּיין און האָט אָנגעהויבן אויפטרייבן ערענסטע מיליאָנען מיט אַ שטאַרקע אימפּעט למען עתיד קיום המוסדות.

די קלימאַקס פונעם פייער איז געוויס געווען די מאָמענט ווען כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאַטמאַר שליט"א נשיא המוסדות ומנהיג העדה האָט במעמד כל הקהל הקודש אַרויסגענומען אַ פּערזענליכע נדבה פון אַכצן אלפים און דאָס איבערגעגעבן לידיו פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סאַטמאַר-מאָנסי שליט"א זייענדיג דער נחשון אינעם גרויסן מגבית, וואָס דאָס איז געקומען מיט'ן הויכפּונקט ווען די 650 הורי המוסדות זענען פאַריבער פאַר'ן רבי'ן שליט"א און הגה"צ מאָנסי'ער רב שליט"א איבערגעבן די שטרי קבלה מיט די צענדליגער טויזנטער'ס וועלכע מ'האָט זיך אונטערגענומען צו שאַפן ביים גרויסן קאַמפּיין.

צו אַלעמענס איבערראַשונג האָט דער פרי-קאַמפּיין אויפגעטריבן ערענסטע מיליאָנען ווען אין די טעג בעפאָר די אָפיציעלע קאַמפּיין איז שוין געוואָרן אויפגעטריבן העכער 2.5 מיליאָן דאָלאַר דורך די וואַרימע נדבות פונעם ציבור תלמידי וחסידי סאַטמאַר גלאָבאַל וועלכע האָבן געגאָסן שווערע געלטער צו פאַרזיכערן אַ שטאַרקע עתיד פאַר'ן ברודער אין מאָנסי.

האַרציגע הכרת הטוב פון די עלטערן צו די הנהלת המוסדות!

ביים קאַמפּיין איז געקומען צום אויבערפלאַך די שטאַרקע האַרציגע הכרת הטוב פון די עלטערן צו די געטרייע העלדישע חברי הנהלת המוסדות וועלכע אַרבייטן יומם ולילה און לויפן אַרום צו שאַפן נדבות און הלוואות פאר די הייליגע מוסדות, וואָס אָט די הייליגע ראָלע האָבן די חשובע עלטערן גענומען אויף זיך פאר צוויי טעג, ווען מ'האָט נישט גערוהט קיין טאָג און נאַכט, און געטון און געמאַכט, גערופן און געשאַפן, געזוכט און גענישטערט איינמאָל און נאָכאַמאָל ווי מ'קען אויפטרייבן נאָך אַפּאָר דאָלאַר פאר די הייליגע מוסדות.

סאַטמאַרער צענטערן ווערן איינגענומען פאַר'ן להעמידם קאַמפּיין!

סאַטמאַרער חסידים אין די בתי מדרשים איבער גרעיטאָר ניו יאָרק זענען געווען איבערראַשט און געפּלעפט פון די אויסטערלישע האַרציגע וואַרעמקייט מיט וואָס די שלוחי המוסדות זענען אַרומגעגאַנגען אָפּנעמען די וואַרימע נדבות פונעם ציבור, עס האָט פון זיך אליינס גערעדט די מחזה הוד צו זען ווי אַזוי חשובע פּראָמינענטע בעלי בתים און מרביצי תורה האָבן געלייגט אין די זייט זייער פּרנסה און עבודת הקודש און האָבן בלויז איין הייליגע ציהל פאַר די אויגן די עתיד קיום המוסדות.

אין אַלע סאַטמאַרער בתי מדרשים איז אין די ימי המגבית געווען צוגעשטעלט אַ ברייטע מסיבת לחיים צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות אין מאָנסי לכבוד די קאַמפּיין, וועלכע האָט גוט סימבאָליזירט די לעבן וואָס סאַטמאַרער חסידים געבן פאַר די מאָנסי מוסדות, אַזוי אויך איז אומעטום געווען צושפּרייט טויזנטער עקזעמפּלאַרן מיט די תפלת השל"ה דורך די להעמידם קאַמפּיין.

סאַטמאַר געבט פאר מאָנסי, איינמאָל, נאָכאַמאָל, און נאָכאַמאָל!

סאַטמאַרער חסידים זענען באַהאָגלט געוואָרן מיט בקשות פונעם ציבור גוטע פריינד און משפּחה תושבי מאָנסי זיך אָנצושליסן מיט שיינע סכומים אינעם קאַמפּיין לכבודם, וואָס דער ציבור האָט געענטפערט בכל לב ונפש ומאוד, - ווי אין די קאַמפּיין הויפּטקוואַרטיר איז געווען אינטערעסאַנט מיטצוהאַלטן ווי אַזוי די זעלבע נדבן לייגט אַריין הערליכע סכומים ביי מערערע טיעמ'ס.

וואָס די יעצטיגע קאַמפּיין האָט אין אַ זייטיגע אַפעקט געעפענט די אויגן פונעם ציבור צו זען וואָספאַראַ ברייטע פּלאַץ די אַמאָליגע 'דארף' מאָנסי פאַרנעמט אין די סאַטמאַרער אימפּעריע, זעהנדיג וויפיל קרובים וידידים, חברים און גוטע פריינד מ'פאַרמאָגט אין מאָנסי, וועלכע איז היינט צוטאָגס די שנעלסט-וואַקסנדע מוסדות אין די סאַטמאַרער אימפּעריע.

העלישע פלאַטערטע פייער ביים "קאַמענד צענטער"!

די אינערליכע פלאַם וועלכע האָט געקאָכט און געזידט אין די הערצער פון אַלע הורי המוסדות, איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ העלישע פלאַמעדיגע פייער אינעם "קאַמענד צענטער" ווי הונדערטער עלטערן זענען זיך צוזאַמגעקומען לפּונדק אחד און מיט'ן כח הרבים אויפטרייבן ערענסטע שטיצע.

במשך די צוויי טעג פונעם קאַמפּיין איז אינעם בנין הבית רחל אויפ'ן גיגאַנטישע שטח המוסדות אויף טשערי לעין דעזיגנירט געוואָרן אַ גרויסע רחבות'דיגע זאל וועלכע האָט געדינט אַלס קאַמענד צענטער אויסגעשטאַט מיט אַלע צוגעהערן, ווי טעלעפאָנען, ליסטעס, קרעדיט קאַרד מאַשינען, קאַלטע געטראַנקן און וואַרימע איבערבייס, אַרויסצוהעלפן דעם ציבור צו קענען אויפטרייבן די ריזיגע סכומים.

עס איז געווען אַ אומגלויבליכע בילד צו זען ווי אַזוי בעלי בתים און יונגעלייט וועלכע האַלטן נאָך אַ פולע טאָג שווערע אַרבייט על המחי' ועל הכלכלה קומען גלייך פון דזשאַב אַריבער צום קאַמענד צענטער אן אפי' מאַכן אַ סטאַפּ אַהיימצוגיין און מ'איז געזעצן ביז נאָך חצות הלילה מיט אַ אייפער און פייער פאר די עתיד קיום המוסדות.

במשך די גאַנצע צייט איז דער ציבור אין די קאַמענד צענטער געוואָרן אויפגעהייטערט מיט די נאָכאַנאַנדע דינאַמישע אויפטריטן פונעם באַרימטע קראוד-קאַמפּיין סטראַטעגיסט פון דרייוו-אָפּ מוה"ר שלמה זלמן שפּיטצער הי"ו, און ספּעציעל מיט די אָפּדעיט'ס און פאָרשריט פונעם קאַמפּיין וועלכע שפּאַנט וואָס אַ מינוט שפּעטער נענטער און שנעלער צום ציהל.

באַזונדער איז געווען אויפ'ן פּלאַץ די ראשי הנהלת ועסקני המוסדות אין שפּיץ פונעם ענערגישע מנהל המוסדות הרבני הנגיד ר' שמואל זאַנוויל ווערטהיימער הי"ו וועלכע האָבן אין צוגאָב צו זייערע ריזיגע סכומים וועלכע זיי האָבן אַריינגעברענגט זענען זיי אַרומגעגאַנגען צום ציבור געבן מוהט און חיזוק ווייטער פאָרצוזעצן און אַריינברענגען ריזיגע פאַנטאַסטישע סומעס.

מיט אַ יראת הכבוד האָט מען געהאַט די זכי' אַז הגה"צ אבד"ק ור"מ סאַטמאַר-מאָנסי שליט"א איז פּערזענליך אַריבערגעקומען אינעם קאַמענד צענטער און מחזק געווען אַלע חשובע עסקנים און עלטערן און אָנגעוואונטשן די וואַרימע ברכת התורה בזכות החזקת תורה של תשב"ר.

פון די שטאַרקע סוקסעספול'ע סודות וועלכע ליגן אונטער די קאַמפּיין וועלכע ווערט ברייט און טיף אָפּגעלערנט דורך די גרעסטע און ערפאַרנסטע קאַמפּיין סטראַטעגיסטן וועלכע האָבן שוין פאר לאַנגע יאָרן נישט געזעהן אַזאַ הצלחה, איז געוויס די העלישע פלאַם פייער וועלכע האָט איינגענומען די קאַמענד צענטער אין לויף פונעם קאַמפּיין.

פילאַנטראָפּישע נדבות פון נאָנט צו "פיר מיליאָן"!

אַ אומבאַשרייבליכע מאָראַלישע און גייסטישע חיזוק סיי פאר די הורי המוסדות און סיי פאר די הנהלת המוסדות איז געווען די סורפּרייז'פולע פילאַנטראָפּישע נדבות פון העכער דריי מיליאָן דאָלאַר וועלכע זענען אַריינגעפלאָסן פון די גדולי ואדירי נגידי ונדיבי, ראשי ופטרוני ק"ק ומוסדות סאַטמאַר די בכל אתר ואתר, וואָס טראָץ דעם וואָס יעדער פון די נדיבים טראָגט אויף זיינע פּלייצעס אַ בודזשעט פון צענדליגער מיליאָנען פאר די לאָקאַלע קהלה און מוסדות, זענען אַלע אַקעגנגעקומען מיט ריזיגע סכומים פון הונדערטער אלפים צו אַרויסווייזן די שטיצע פאר די מאָנסי מוסדות אין שפּיץ פון די העלדישע ראשי הנהלת ק"ק ומוסדות סאַטמאַר אין מאָנסי הרבני הנגיד ר' שמואל זאַנוויל ווערטהיימער הי"ו, הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף הי"ו, און הרבני הנגיד ר' רפאל פּערלמוטער הי"ו, וואָס די חשובע סגל ההנהלה זענען פון די גרעסטע שטיצער לכל קדשי בית סאַטמאַר.

דערגרייכט דעם ציהל, און אַריבערגעשפּרינגען די באָנוס-גאָול!

שטייענדיג מיט צוויי שעה בעפאָר'ן קאַמפּיין ענדע דאָנערשטאָג נאַכט איז געבראָכן געוואָרן היסטאָריע, ווען בעז"ה האָט מען זיגרייכט אָפּגעצייכנט גאַנצע זעקס מיליאָן דאָלאַר, און דאַן אין אַ איבערראַשנדע מעלדונג האָט די הנהלת המוסדות געמאָלדן אַז די ציהל ווערט געהעכערט מיט פרישע 1.5 מיליאָן דאָלאַר, מיט אַ טאָטאַל פון 7.5 מיליאָן דאָלאַר, און וואונדער איבער וואונדער איז אין צוויי שעה געוואָרן אויפגעטריבן די פרישע באָנוס-ציהל און נאָך מיט אַ שטאַרקע שמוץ אַריבער.

די ענטוזיאַזם ביים ציבור אינעם קאַמענד צענטער איז געווען אויף די העכסטע אקטאוון מיט אַ אויסטערלישע שמחה אַז ב"ה מ'האָט דערגרייכט די ציהל, נאָך אַזויפיל מיה און האָרעוואַניע וואָס מ'האָט אינוועסטירט פאר די הצלחה פונעם קאַמפּיין, און דערביי האָט דער העלדישער מנהל המוסדות הרבני הנגיד ר' שמואל זאַנוויל ווערטהיימער הי"ו אַדרעסירט די פריידיגע דערגרייכונג באַדאַנקענדיג זיך פאר אַלע געטרייע עלטערן וועלכע האָבן געהאַט אַ חלק אין די אויסטערלישע הצלחה.

סאַטמאַר אומעטום קוועלט פאר נחת!

די פריידיגע בשורה אַז די מאָנסי מוסדות האָט דערגרייכט דעם הייליגן ציהל האָט אַריינגעברענגט כוואַליעס פון פרייד ביי סאַטמאַרער חסידים אומעטום וועלכע האָבן אַזוי אַרויסגעקוקט אויף די שטאַרקע הצלחה פונעם קאַמפּיין למען עתיד קיום המוסדות וועלכע איז פון די שענסטע צווייגעלעך וועלכע וואַקסן און בליהען פונעם סאַטמאַרער גאָרטן.

גרויסאַרטיגע קידושא רבא אין אַלע סאַטמאַרער בתי מדרשים אין מאָנסי!

לכבוד די גרויסע שמחה און היסטאָרישע דערגרייכונג איז מטעם הנהלת המוסדות געוואָרן אַהערגעשטעלט אַ ברייטע קידוש פאַרגאַנגענע שב"ק נאָכ'ן דאַווענען אין אַלע סאַטמאַרער בתי מדרשים איבער די שטאָט להודות ולהלל צום הייליגן באַשעפער אַז מ'האָט זוכה געווען צו אַזאַ אויסטערלישע הצלחה למעלה מדרך הטבע.

ביים קידוש אין ביהמ"ד הגדול האָט דער באַרימטער עסקן מוה"ר גרשון מענדל טויב הי"ו מנהל מוסד לב לילד וועלכע האָט גאָר שטאַרק געלייסטעט צום הצלחה פונעם קאַמפּיין אויפגעטרעטן מיט התרגשות'דיגע ווערטער בשם הנהלת המוסדות, און באַזונדער האָט אויפגעטרעטן מיט וואַרימע דברי תורה וברכה הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.

אַ פרישע גאָלדענע עתיד און לעכטיגע קיום פאר מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי!

די מיליאָנען וועלכע זענען אַריינגעקומען ביים קאַמפּיין מישט בסייעתא דשמיא אַריבער אַ נייע קאַפּיטל אין מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי ווען עס איז בסייעתא דשמיא געוואָרן אַראָפּגעשטעלט אַ פרישע גאָלדענע עתיד און לעכטיגע קיום פאר די עתיד המוסדות וועלכע וועט בעז"ה ווייטער שטייגן און בליהען בכח המייסד מרן רביה"ק זי"ע צו די שמחה און פרייד פון סאַטמאַרער חסידים, וועלכע וועלן שטענדיג וויסן אַז מיר האָבן בעז"ה געהאַט אַ חלק אין די עתיד קיום המוסדות לעד ולנצח, ביז מיר וועלן זוכה לביאת משיח צדקינו בב"א.

צִדְקָתָא לְעַם חָבִיב, וְסַגְיָא זַכְוָתָא!

בילד: הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר מאנסי ביים פערזענליך אראפקומען אנווינטשן די קאמפיין פירער נאכן אויסטערלישן הצלחה מיטן גרייכן די ריזיגע סומעס.

דעם שבת קודש זענען אויפגעגעבן געווארן ברייטע קידושים לרגל די דערגרייכונג פונעם סוקסעס'פולען קאמפיין




0 comments

Comments


bottom of page