top of page

ואתה כתבו לכם: קרוב צו צוואנציג פרישע סופרים נתמנה געווארן פארגאנגענע וואך אינדערהאלב די לשכת הסופרים שע"י לשכת הוראה דקהל יטב לב וומסב"ג צו שרייבן מהודרדיגע מזוזות

Updated: Jul 4

וויליאמסבורג. - גאר א געהויבענע מעמד התמנות פון קרוב צו צוואנציג פרישע סופרים וועלכע וועלן דינען אלץ סופרים אינדערהאלב דער לשכת הסופרים דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג, צו צושטעלן כשרע און מהודרדיגע מזוזות פארן ברייטן ציבור.

דער מעמד התמנות איז פארגעקומען פארגאנגענעם מיטוואך אין די פארמיטאג שעה'ן, אינעם בנין בית הוראה דקהילתינו הק' אויף העיווארד סטריט. מיט די באטייליגונג פון די רבני ודייני קהלתינו הק' וויליאמסבורג, אין שפיץ פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, באזונדער האט מען געהאט די זכי' צום השתתפות פון הגה"צ אבדק"ק קהלתינו מאנסי שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פון די געוואלדיגע פעולות פונעם לשכת הסופרים.

 צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן היימישע סופרים מיט די ריכטיגע קבלה,

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הירצקא צוויבל שליט"א - ראש הכולל דקהילתינו הק', און ארויסגעברענגט די שווערע כוחות וואס די יונגעלייט האבן אריינגעלייגט במשך די לעצטע עטליכע יאר אין כולל אדורכצולערנען די הלכות.

דערנאך האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א משמיע געווען א דרשה ווי דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט לשבח די הערליכע לשכות הסופרים וואס שטייט צוהילף פאר די הונדערטער סופרים אין באגלייט זיי על כל פרט ופרט, און שטארקע חומרות בעניני סת''ם וואס די לשכה האט אהערגעשטעלט.

 דערנאך האט מען געמאכט א לחיים, ווען דערביי זינגט עטליכע ניגונים.

דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן, און ארומגערעדט בשבח פון די קרוב צו צוואנציג נייע סופרים, און ארויסגעברענגט די שטארק וויכטיגע געברויך פאר פרישע סופרים צו לינדערן די מאנגל פון היימישע סת''ם געשריבן דורך היימישע סופרים, כדי צו קענען אויסמיידן די אלע מכשולות וואס קומען פון די סת''ם געשריבן דורך אימפארלעסליכע סופרים פון ארץ ישראל אן קיין שום השגחה, ווי רבינו שליט''א האט שוין עטליכע מאל מעורר געווען.








 




Opmerkingen


bottom of page