top of page

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!! אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר מיטגעהאלטן אויסטערליש דערהויבענע יו"ט שבועות במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין קרית מלך רב קרית יואל

Updated: Jul 4

ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ובאו כולם בברית יחד א פרישע קבלת התורה, ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר תחת קורת גג אחד, א קיבוץ גלויות פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, במחיצת הקודש פון אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וואס האט אנגעצינדן די ניצוץ הקדוש ביי יעדן זיך מדבק זיין אין די תורה הקדושה און מיטן נותן התורה אנו וזרעינו וזרע זרעינו, און האבן זוכה געווען אז וירד משה מן ההר אל העם מיטצונאלטן די הייליגע תפילות און טישן און צו הערן דברות קודש מלהבות אש, הקהל לי את העם אשר ילמדון דעם צווייטן טאג יו''ט בלימוד התורה ברבים, סדורא בהן קדושתא זיך אנגעזאפט תורה וקדושה, מיט א תפילה לקל חי מיר זאלן זוכה זיין מקבל זיין די אלע השפעות קדושות פונעם יו''ט בגשמיות וברוחניות, וימים על ימי מלך תוסיף רבינו שליט''א זאל אונז משפיע זיין נאך לאנגע געזונטע יארן צו זוכה זיין לשאוב ממעיין טהור, ולחסות בצל תומר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא עדי נזכה לביאת הגואל במהרה.

קרעדיט: סאטמארע נייעס



































 


0 comments

Comments


bottom of page