פארגאנגענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט זיך געפינען אין שטאט קרית יואל לרגל די חתונה פון אן אייניקעל ביי זיין זון הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב ביהמ"ד אהל פיגא דקהל יטב לב חדב"ן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע איז פארגעקומען בחצרות קדשינו, איז דער רבי אנגעקומען אין איינע פון די טעג אויף א שיינע באזוך אין שטוב פון הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
עס האט זיך פארמירט אויפן פלאץ א שיינע שמועס בהלכה ווי די רבי האט זיך מפלפל געווען פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן תורה ריז הגאון הדומ"ץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן א ווארעמע ברכה פאר הגאון הדומ"ץ שליט"א, צו קענען ווייטער שטיין בראש ההוראה פון שטאט קרית יואל פאר לאנגע יארן.
Kommentare