top of page

היי יעריגער מעמד הדלקה רבתי פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין לאנדאן אויסגעשטיגן צו גרעסטע מעמד הדלקה איבער גאנץ אייראפע

טויזענטער חסידי סאטמאר בכלל דערונטער טויזענטער תושבי לאנדאן בפרט, האבן מיטגעהאלטן דעם מוצשב"ק די פייערדיגע מעמד הדלקה בחצר ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר לאנדאן.

ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול האבן זיך שוין אנגעזען א גרעסערן ציבור וועלכע זענען געקומען הערן די דברי הכנה צום הדלקה דורך הגה"צ אבדק"ק סאטמאר לאנדאן שליט"א, גלייך נאך מעריב און הבדלה איז מען צוגעטרעטן צום געהויבענעם מעמד, מען האט צום ערשט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט מען געהערט קורצע דברי התעוררות פונעם רב שליט"א וועלכע האט מעורר געווען דעם ציבור אוןיף די פאמערטע צרות ישראל.

דאן איז מען צוגעטרעטן צום קלימאק'ס ווען דער רב שליט"א איז צוגעטרעטן אנצוצינדען דעם הדלקה ווען די טויזענטער פארזאמעלטע ברעכן אויס אין פייערדיגע ריקודין של שמחה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו




Comments


bottom of page