top of page

הונדערטער נגידי ועסקני סאטמאר מיטגעהאלטן נעכטן אויפדערנאכט פייערליכער מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם פרעכטיגן חתונה זאל גינת אסתר אין וויליאמסבורג

נעכטן אין די פארנאכט שעות זענען זיך הונדערטער נגידי ועסקני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג צוזאמגעקומען צום פייערליכער מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם הערליכן חתונה זאל "גינת אסתר" וועלכע געפינט זיך אינעם בנין הבית רחל 'בנין ריספלער' אויף סענפארד, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן פראכטפול און מלכות'דיג מיט שטוינענד ביליגע תקנות פרייזן לטובת אנ''ש לצמצם ההוצאות החתונה, נדבת הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה - ראה"ק דקהלתינו הק' ויבדלחט"א זוגתו החשובה מרת ריספלער תחי' ובנם הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו.

דער גאנצער מעמד איז געווען אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע איז אנוועזענד געווען ביים גאנצן מעמד לרגל דעם פרייעדיגן מאמענט פון באנייען דעם ערשטן סאטמארען חתונה זאל אין שטאט וויליאמסבורג.

 דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן זאל און אין אלע שטובער אין באגלייטונג פונעם חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.

 דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם זאל, עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש המעמד הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו מראשי הנהלת המוסדות , דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האט דערביי איבערגעגעבן א פלעק פארן חשוב'ן נדבן בשם די הנהלת המוסדות, דערנאך האט דער יושב ראש אויפגעריפן דער חשוב'ע נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט רגשי לבבו, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר אלע זיינע קינדער, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד הי"ו און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה פון אלע אנשי שלומינו מיטן באנייען דעם חתונה זאל, און מזכיר געווען לטובה הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה וועלכע האט מנדב געווען דעם בנין הבית רחל וואס איז זיכער פאר אים א טובת נשמה אז עס וועט געפראוועט ווערן שמחות פאר ביליגע פרייזן, און די זעלבע פאר בנו הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט מוסיף געווען א סכום גדול צו קענען פארטיגן דעם זאל ברוב פאר והדר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה.

 

קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה
























 

Comentários


bottom of page