top of page

דער"עם סגולה"מיט איר הערליכען גלאנץ! העכער 1,500 אברכי ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג כ"י פולען איבער די בתי מדרשים ביי די שיעורי ”עם סגולה“ די פארגאנגענע וואך

פארגעקומען 14 שיעורים אין אכט בתי מדרשים דקהילתינו הק', מיט אויסטערלישע הצלחה העכער אלע ערווארטונגען.

אומגלויבליכע בילד ווען כולם נקבצו באו לך, וואו אין אלע בתי מדרשים איז נישט געווען גענוג זיץ פלעצער פאר דעם ריז'ן עולם משתתפים, די עסקני התאחדות אברכים די מסדרי השיעורים אליין איבערראשט פון דעם ריזען ציבור משתתפים כ"י.

ביי די שיעורים האט אויסגעשריגען פון זיך אליין, דער "מי כעמך ישראל" זעהנדיג ווי אזא ריזען ציבור קומען און הערען מיט אזא ערנסטקייט דעם דבר ד' זו הלכה.

ציבור המשתתפים ארויס מיט אויסטערלישע קלארקייט לדעת את המעשה אשר יעשון ווי אזוי צו זיין א תורהדיגע איד בכל מקום ובכל זמן.

מחזה הוד ווען נאך יעדען שיעור זענען די דיינים שליט"א געווארען ארומגענומען מיט צענדליגער שואלים, מיט פארשידענע שאלות איבער די שיעורים וואס האט אנגעהאלטען פאר לענגערע שעות.

הערליכע הלכות קארטל צוזאמגענומען די וויכטיגע הלכות אין קורצן מיט גאר א קלארע שפראך געטיילט פאר די משתתפי השיעורים, למען יעמדו לזכרון עס צו קענען איבערחזר'ן בכל עת מצוא.




Comments


bottom of page