top of page

געהויבענע שמחות הברית מילה אפגעראכטן געווארן פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב דקיט"ל ק"י

Updated: Jul 4

בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב דקהל יטב לב, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פארגעקומען פארגאנגענעם ערב שבת קודש אין ביהמ"ד בית מנחם זאב דקהל יטב לב בהשתתפות פון די חשובע זיידע'ס פון אלע צדדים.

דער רבי איז זיך די ערשטע מאל זייט די גרינדונג פון ביהמ"ד משתתף ביי א שמחה אין ביהמ"ד.

סנדק איז מכובד געווארן: כ"ק רבינו שליט"א. סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'שמעון' נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידע.'ס דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד מיט די באטייליגונג פון צענדליגער אנשי שלומינו תושבים פונעם אומגעגענט.

דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שב"ק, ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרה"ג ר' זלמן ט"ב שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו - נדבן הביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה.












0 comments

コメント


bottom of page