מיט גרויס דערהויבענקייט און שמחה איז פארגעקומען דעם מאנטאג די סיום מסכת בכורות און התחלת מסכת ערכין אין ראם פון חבורות תורתך שעשועי דקהלתינו הק’ בבית המגיד שיעור הרה"ג ר’ גרשון יצחק פישער שליט"א וואס האט אויך געדינט אלס א חנוכת הבית לרגל דאס אריינציען אין זיין נייע הויז אין שטאט.
די משתתפים זענען ענטפאנגען געווארן ביי די רייך געדעקטע טישן ווי מען האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבודה של תורה, מיט די הדרן איז מכובד געווארן מו"ה ר’ ישראל בארבער הי"ו, שפעטער האט זיך איינע פון די חשובע משתתפי השיעור באדאנקט בשם אלע משתתפי השיעור פארן חשוב’ן מגיד שיעור פארן אראפגעבן אזא הערליכע שיעור מידי יום ביומו, און מען האט געהאט די זכי’ צו הערן דברי תורה ודברי ברכה פון הרה"ג האב"ד שליט"א, מיטן בענטשען איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי"ו מייסד השיעור וחבד הנהלת מוסדותינו הק'.
די ציבור איז זיך צוגאנגען מיט גרויס חיזוק ווייטער ממשיך צו זיין בעזהשי"ת די סדרי הלימודים ביזן גרויסן סיום וואס ווערט ערווארטעט געפראוועט צו ווערן אי"ה די קומענדיגן חודש סיון תשפ"ה הבעל"ט.
שישו ושמחו בשמחת התורה
Comments