top of page

געהויבענער מעמד תפילה והתעוררות וועט איינהילן אלפי תושבי קרית יואל דעם דאנערשטאג אינעם יום המסוגל פאר גוטע קינדער ער"ח סיון

מעמד וועט אהערגעשטעלט דורך התאחדות אברכים דקהל יטב לב קרית יואל דעם קומענדיגן דאנערשטאג אין די היכלי ביהמ"ד הגדול דקרית יואל.

ביים מעמד וועט מען צום ערשט זאגן תהלים און דערנאך זאגן תפילות השל"ה מיט א געוואלדיגע התעוררות, דער גאנצער ציבור אינאיינעם, דערנאך וועט געהערט ווערן א דרשה איבער די נושא: ונהיה אנחנו וצאצאינו דורך הגה"צ אבדק"ק ציעשנוב שליט"א.





Comments


bottom of page