פארגאנגענעם דאנערשטאג בחקותי איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד הלחיים וקביעות מזוזה אינעם היכל הכולל, וועלכע איז הערליך צוגערישט געווארן פארן באנוץ פון די צענדליגער חתנים דערנעבן פונעם פראכטפולער ביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהל יטב לב, דורך די געטרייע הנהלת הכולל, און מיט די כסדר'דיגע הילף דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו נדבן הביהמ"ד.
מעמד פארגעקומען אין שפיץ פון הגה"צ אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און מיט די אנוועזענהייט פון הרה"ג ר' הירצקא צוויבעל שליט"א ראש הכולל מבצר הלומדים ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם נייעם כולל לחתנים.
עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות הרה"ג ר' מענדל וואלף שטערן שליט"א מנהל הכולל, און דורך הרה"ג ר' הירצקא צוויבעל ראש הכולל.
דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די שייינקייט פון דעם מקום תורה ווי די חתנים ניצן אויס די צייט ביז די חתונה אויף אזא שיינע פארנעם.
Comments