מיט געפלעפטע און געשפאנענטע הערצער קוקן זיך צו אנשי שלומינו אין שטאט וויליאמסבורג בכלל, און חסידי סאטמאר אלטוועלטליך, צו די אומגלויבליכע מחזה מיט די ווייטערדיגע בליץ שנעלע שטאקן ארויפציאונג ביים בנין הגדול אויף 13 ספענסער אין שטאט וויליאמסבורג פארן באנוץ פון די ישיבה לצערים, ווען אין בלויזדי פארגאנגענע 4 וואכן האט מען שוין בסייעתא דשמיא ארויפגעצויגן 6 גיגאנטישע שטאקן פונעם בנין, ווען דער בנין זעצט פאר מיט טעגליכע היסטארישע פארשריט צום גענצליכן פארענדיגונג, און בלאזט אריין א שמחות'דיגע שטימונג ביי אנשי שלומינו אין שטאט.
אין די יעצטיגע טעג גייט די בוי ארבעט אן אויף א היסטארישע שנעלע טעמפא ווי קיינמאל בעפאר ווען די אידן וואס קומען צוריק אין שטאט נאכן וויילן אין די קאנטערי פאר עטליכע וואכן קענען נישט גלייבן וואס זייער אויגן זעען, ווען עס זענען שוין מאמאנטעל ארויפגעצויגן 6 גיגאנטישע שטאקן פונעם בנין, אין א רעקארד שנעלע צייט אפשניט פון בלויז 4 וואכן וואס מען האט אנגעפאנגען ארויפצוציען די ערשטע שטאק.
דאס איז בלויז צו פארדאנקען די שווערע ארבעט פון די געטרייע הנהלת הישיבה וועלכע שוויצן און שלאפן נישט קיין טעג און נעכט צו פארענדיגן דעם בנין האדיר.
אין די קומענדיגע וואכן איז די בוי ארבעט ווייטער געסקעדזשולט אנצוגיין און נישט נאכלאזן פון איר בליציגע שנעלקייט, ווען מען וועט אין א שנעלקייט ווייטער ארויפציען די איבריגע 3 שטאק וואס דאס וועט גענצליך פארענדיגן דעם בנין האדיר.
השלם זה הבנין
Comments