top of page

ברייטע דעקונג: הערליכער באזוך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין די "רב טוב" קעמפס לאזט איבער א רושם דקדושה אויף אלע טויזענטער תלמידים ותושבי המחנה

מחנה רב טוב - גאר געהויבענע מאמענטן איז אריבער אויף די טויזענטער תלמידים ותושבי המחנות וועלכע האבן געהאט די זכי' צו ענטפאנגען בחרדת קודש די געהויבענע גאסט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע האט אפגעהאלטן א באזוך אין די קעמפס פארגאנגענעם מאנטאג  איבערגעלאזנדיג עמערס חיזוק און א רושם דקדושה אויף אלע מחנות.

מיטוואך אינדערפרי איז די רבי שליט"א אנגעקומען אין "בחורים קעמפ" אין מחנה רב טוב סוואן לעיק צו דאווענען תפלת שחרית צוזאמען מיט די בחורים פון כיתה מכינה לישיבה קטנה.

די בחורים האבן קודם אפגעהאלטן א געהויבענעם פארטאגס סדר אלץ אן הכנה צום גרויסן גאסט, מ'איז געזעצן און געלערנט אפאר שעה זיך גרייטנדיג מיט פלייס צום געהויבענעם דאווענען צוזאמען מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א, א זעלטענע געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט צו אפט.

נאך אזא געהויבענע הכנה רבה איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און תיכף צוגעגאנגען צו זיין פלאץ ביים שטענדער  וואס מ'האט געהאט צוגעגרייט אויפ'ן אויבנאן נעבן דעם בעל תפילה. בעפאר'ן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר בן הרה"ח יוסף מרדכי כהנא הי"ו, און הרה"ח יואל פילאפף שליט"א די רבי האט געלייגט תפילין פאר די בחורים און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די בחורים און די טאטעס.

דערנאך האט מען זיך אינאיינעם געשטעלט דאווענען שחרית. צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב רבי אברהם יונה שווארץ  שליט"א מגי"ש בכיתה למכינה ישיבה קטנה סניף ב"פ וועלכער איז אין יאר נאך זיין אומפארגעסליכן טאטן הרב ר' אורי ז"ל מנהל במוסדותינו הק' אין בני ברק.

 א שחרית אין קעמפ איז א מחזה וואס עס איז ווערד מיטצוהאלטן יעדן טאג. דער הערליכער בילד וואו עס שטייען הונדערטער בחורים על מקומם, און דאווענען יעדע ווארט מילה במילה מיט הארץ און געפיל מיט א השתפכות הנפש איז אן איבערלעבעניש וואס גייט נישט אזוי שנעל ארויס פון זכרון פאר סיי ווער  עס האט שוין אמאל מיטגעהאלטן.

אויב מיר רעדן דא פון א פשוט'ן שחרית, קען מען זיך פארשטעלן פי כמה ווען די טייערע בחורים האבן געהאט די זעלטענע זכי' צו דאווענען מיט'ן רבי'ן זאל זיין געזונט, דער געטרייער מנהיג, און רועה נאמן. דאס דאווענען צוזאמען מיט'ן רבי'ן האט אריינגעבלאזן א אש קודש אין דער גאנצער ביהמ"ד! די תלמידים זענען געשטאנען מיט אן ערנסקייט און אראפגעלייגט א דאווענען אז דער גאנצער בנין האט זיך געשאקלט! עס  איז געווען א בחינה פון וינועו אמת הסיפים!

דערביי האבן די בחורים געהאט די זעלטענע זכי' מיטצוהאלטן פונדערנאנט דעם געהויבענער דאווענען פונעם רבי'ן שליט"א אריינכאפנדיג זיך איינצוקוקן אין די עבודת התפלה פון מרן רבינו שליט"א – א זאך וואס אנדערע מענטשן רייזן לאנגע וועגן און ווייטע שטרעקעס עס מיטצוהאלטן. דא האבן די טייערע בחורים געהאט די זכי' צו האבן דעם רבי'ן בתוככי המחנה – עמי בבית, א זכי' וואס לאו בכל יומא מתרחש. פארשטייט זיך אז די חשוב'ע בחורים האבן געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן די געוואלדיגע געלעגענהייט כראוי וכאיכות.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קורצע הפסקה. די בחורים זענען געגאנגען טועם זיין פת שחרית און זיך שנעל צוריקגעקערט צו א סדר הלימוד אין ביהמ"ד, מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט די חברותות און אנגעהויבן לערנען די סוגיות אין פרק האומר וואס מ'איז יעצט עוסק. אינמיטן די סדר הלימוד האט מען געהאט די זכי' אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז פערזענליך אריבערגעקומען אין ביהמ"ד זיך אומצוקוקן אויפ'ן סדר הלימוד, די רבי שליט"א איז פערזענליך ארומגעגאנגען צווישן די בחורים און חברותות זיך אפשטעלנדיג ביי עטליכע בחורים פארהערן די סוגיא. די רבי שליט"א האט געשטעלט פארשידענע שאלות וואס די בחורים האבן געענטפערט כזקן וכרגיל, די רבי האט דערביי צוגעלייגט פארשידענע הערות אין די סוגיא. עס איז געווען א הארציגע בילד מיטצוהאלטן די הערליכע מחזה וויאזוי מרן רבינו שליט"א לייגט ארויף די הענט אויף די אקסלען פון די בחורים מיט א פאטערליכן ליבשאפט און א זעלטענע ווארעמקייט רעדענדיג צוזאמען מיט זיי אין לערנען, בשעת מען קען אנמערקן דעם צהלתו בפניו - די ליכטיגע צורה פון רבי'ן וואס שטראלט פון נחת דקדושה  פון די געוואלדיגע התמדה און ידיעות התורה וואס מ'זעהט ביי די פרחי תלמידים שוין אין אזא יונגן עלטער.

בעפאר'ן ענדיגן זיך אומקוקן אויף די סדרי הלימודים האט די רבי זיך געוואנדן צו אלע בחורים צוזאמען מיט א שאלה אין די סוגיא פון תנאי בני ובני ראובן, פרעגנדיג די בחורים וואס וועט זיין די הלכה אויב איינער וועט מאכן א תנאי און זאגן א הן און דאן וועט ער זאגן א לאו און דאן וועט ער ווידעראמאל זאגן א הן, וועלן מיר דאס אנקוקן ווי א הן קודם ללאו, ווייל למעשה האט ער אזוי אנגעהויבן דעם תנאי, אדער וועלן מיר ענדערש קוקן אויפ'ן סוף ווי דארטן האט ער יא געענדיגט מיט א הן, ס'טייטש וואס איז די "קפידא" דא, אז מ'זאל אז עס זאל זיין א הן קודם ללאו, וואס דאס האט ער דא בעצם געטון, אדער די קפידא איז אז ער זאל "ענדיגן" מיט א לאו, און דא האט ער למעשה צוגענדיגט מיט א הן? וויאזוי קוקט מען דאס אן? דער רבי האט צוגעענדיגט פאר די בחורים זאגנדיג: טראכטס אריין אין די שאלה.....

דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ביהמ"ד בהנהלץ הרב רבי עקיבא יוסף כהנא שליט"א סניף ב"פ ווי ער האט זיך דארט אויך אומגעקוקט אויף די לימודים.

שפעטער איז די רבי צוריקגעקומען צום ביהמ"ד בהנהלת הרה"ג רבי יודא בער טעלער שליט"א ווי עס איז שוין געווען אנגעגרייט א הערליכן מעמד קבלת פנים. אלע בחורים זענען געזעצן אויף זייערע פלעצער ווען אויפ'ן אויבנאן איז אויפגעשטעלט געווארן א הערליכע בימת הכבוד וואו עס זענען געזיצן די חשוב'ע מרביצי תורה שליט"א ובראשם די חשוב'ע מנהלים.

 די רבי איז אריינגעקומען אין בית המדרש וואו ער איז ענטפאנגען געווארן דורך די טייערע תלמידים בשירה ובזמרה וואס איז מייסטערהאפטיג אנגעפירט געווארן דורך הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א מחשובי מרביצי תורה במחנינו.

די בחורים האבן ווארעם געזינגען פאר לענגערע צייט, זינגענדיג דערביי הערליכע ניגונים מיט ווארעמע ווערטער וואס איז אליין געווארן ארויפגעלייגט מעשי ידי ידיו פון הרב ר' אברהם לייב שליט"א. דער רבי שליט"א האט האט פערזענליך מיטגעהאלטן די גאנצע צייט און מיטגעזינגען מיט די בחורים די ניגוני התעררות.

דערנאך האט מען געהאט די זכי' אז דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש. די רבי האט קודם אויפגעטרעטן מיט א לענגערן דרוש און דערנאך האט ער זיך אריינגעלאזט אין א ווארעמהארציגער שמועס צו די טייערע תלמידים און דערביי מעורר געווען אויף פארשידענע ענינים.

דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די גמרא סוף מסכת קידושין אשרי מי שראה את הוריו באומנות מעולה, נאכזאגנדיג דער טייטש אז דאס וואס מ'זעט א טאטן "באומנות מעולה" אז ער זיצט און לערנט און נוצט אויס די טעג כראוי, וואויל איז פאר אזעלכע קינדער. דער רבי האט צוגעלייגט אז וואויל איז פאר א קינד וואס זעט זיין טאטע באומנות מעולה, זאגנדיג: "ווי שיין איז ווען מ'רופט אראפ א טאטע זאל קומען מיטהאלטן ווי מ'פארהערט א קינד סוף יאר אויף זיינע לימודים, וואויל איז פאר אזא קינד וואס זעט זיין טאטע אין אזא גוטער מצב, אין אן אומנות מעולה, אבער ווי ווייטאגליך איז ווען מ'דארף צומאל אראפרופן א טאטע פאר אנדערע סיבות, ווען עס זאל זיך ח"ו נישט מאכן, א בחור פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, דאז איז שוין נישט קיין אומנות מעולה, דארף מען דעריבער זען עס זאל זיין פון די "אשרי מי שארה הוריו באומנות מעולה".

דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן די צייט כראוי, און זיך צוגרייטן די צו די ימי הרחמים והרצון מיט תשובה ומעשים טובים, כדי עס זאל קענען זיין אשרי מי שראה הוריו באומנות מעולה, אונזער טאטע אין הימל זאל אונז קענען פארשרייבן אז זיס לעכטיג יאר.

נאכדעם האט די רבי זייער שטארק מעורר געווען איבער  זהירות בעניני טעכנעלאגיע. דער רבי האט ארויסגעברענגט די  התרחקות וואס מ'דארף האבן פון די אלע כלים טמאים כדי מ'זאל טאקע קענען שטייגן בתורה ויראת שמים מיט א אמת'דיגע ריינקייט און לויטערקייט. די בחורים זענען געזעצן צוגענאגלט צו זייערע ערטער שלינגענדיג מיט דארשט יעדעס ווארט היוצא מפי קודש נישט וועלנדיג פארפאסן קיין איין ווארט פון די וויכטיגע הדרכות.

נאך די דרשה האט די רבי שליט"א געטרינקען לחיים און פארטיילט מזונות פאר די חשוב'ע מרביצי תורה, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און פארלאזט די קעמפ אויפ'ן וועג צום אינגל קעמפ-מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלא דערביי איבערלאזנדיג די גאנצע מחנה איינגעהילט אונטער'ן רושם פון דער געהויבענער באזוך.

מחנה רב טוב מאנטיסעלא

די רבי שליט"א איז אנגעקומען אין אינגל קעמפ בשעה 2:30 און איז תיכף געגאנגען זיך אומקוקן אויף די סדרי הלימודים אין די בתי מדרשים.

קודם איז די רבי אריין אין ביהמ"ד "אברהם שלמה" בהנהלת הרה"ג ר' משה אלי' גרין שליט"א ווי די רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן זיך אפשטעלנדיג ביי א צאל קינדער פרעגנדיג דערביי עטליכע שאלות אין די לימודים. עס איז געווען קענטיג אויפ'ן רבינ'ס פנים די שמחה וואס ער האט געהאט ווען די בא'חנ'טע קינדערלעך, די לעכטיגע תינוקות של בית רבן האבן אזוי קלאר געענטפערט די תשובות, מ'האט געקענט זען ווי עס איז גורם פאר'ן רבי'ן א געוואלדיגע הנאה וקורת רוח, און ווי ער שעפט דערביי הויפנס נחת דקדושה פון די טייערע תלמידים הקרויים בנים.

דערנאך האט דער רבי געווענדעט זיינע טריט צו דער בית המדרש "משה חיים" בהנהלת הרה"ג ר' יואל שטערן שליט"א וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' איז ער ארומגעגאנגען צווישן די קינדערלעך און זיך אומגעקוקט אויף די געוואלדיגע יגיעה וואס מ'לייגט אריין אין לימוד התורה אין אזא יונגן עלטער.

אויפ'ן זעלבן אופן איז די רבי אויך צוגעגאנגען צום ביהמ"ד בהנהלת הרה"ג ר' אלעזר אייכנשטיין שליט"א, דערנאך איז די רבי אריין אין בית המדרש "דברי יואל" בהנהלת הרה"ג ר' זרח שפירא שליט"א מנהל סניף ב"פ.

ארויסקומענדיג פון די בתי מדרשים זענען געשטאנען אויסגע'שורה'עט די קלענערע קינדער פון כיתות א' ב' ג' זינגענדיג שיינע ניגונים לכבוד דעם גרויסן גאסט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף זיי מיט א געוואלדיגע ליבשאפט.

פון דארט איז מען געגאנגען צום גיגאנטישן עס-זאל ווי עס איז געווען צוגעגרייט א הערליכער מעמד קבלת פנים פאר אלע סניפים צוזאמען.

ווי נאר דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן ביי די טויערן פון זאל,  האט דער גאנצער עולם ספאנטאניש אויסגעבראכן אין א קלינגענדיגן "ברוך הבא" געזאנג, די רבי שליט"א איז תיכף ארויפגעגאנגען אויפ'ן בימת הכבוד וואס איז געווען אנגעגרייט, און זיך אראפגעזעצט אויף זיין פלאץ און די קינדער האבן אנגעהויבן צו זינגען ווארעמע ניגונים און הערליכע חרוזין. די ניגונים זענען מייסטערהאפטיג אנגעפירט געווארן דורכ'ן מטיב נגן הר"ר אליעזר אבא שטראסער שליט"א מלמד מומחה במוסדותינו הק'.

גאר א הארציגער מאמענט איז געווען ווען עס האבן זיך אויפגעשטעלט עטליכע קינדער וועלכע זענען באשאנקען געווארן מיט הערליכע שטימעס און זיסע קול'כלעך און אראפגעלייגט  הערליכע גראמען און מייסטערהאפטיגע חרוזין איבער די געוואלדיגע התעלות וואס די קינדער האבן אין קעמפ, די חשוב'ע קינדער האבן שיין אראפגעלייגט וויאזוי די טייערע תלמידים נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט אין קעמפ מיט לימוד התורה און מעשים טובים, דערנאך האבן זיי זיך געווענדעט צום רבי'ן מיט א בקשה אז דער רבי זאל איינרייסן אויף די שרעקליכע גזירות החינוך וואס לויערט אויף זיי, אויף די טייערע תינוקות של בית רבן, דערמאנענדיג דערביי די זכות פון די צדיקים וקדושים אין אייראפע פון וואס דער רבי האט זיך נארוואס אומגעקערט נאכ'ן פוקד זיין על ציון קדשם.

גאר א הארציגער מאמענט איז געווען ווען מ'האט דערמאנט די זכות פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע ביי וועם די רבי האט פוקד געווען זייענדיג אין פוילן, באטאנענדיג אז רבי ר' אלימלך האט דאך מבטל געווען די ביטערע חבלי משיח, זאל ער אויך זיין א מליץ יושר און מבטל זיין די ביטערע גזירות וואס לויערט אויף די טייערע הייליגע ליכטיגע קינדערלעך, און די רשעים וואס ווילן טשעפענען אונזער הייליגער מסורה זאלן נישט קענען האבן קיין שום שליטה, עשה למען תינוקות של בית רבן.

אויך האבן די קינדער אראפגעלייגט אן הערליכער משל פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איבער א גרויסער דאקטאר וואס איז געשטארבן, און מ'האט נישט געוואוסט וואס צוטון ווייטער מיט זיינע פאציענטן, זענען געווען עטליכע וואס האבן גע'עצה'עט אז מ'זאל אריינגיין אין זיין שטיבל און נאכזוכן וואו עס ליגן אוועקגעלייגט זיינע  רעצעפטן פאר די מעדעצינען וואס פלעגט אזוי וואונדערליך אויסהיילן די אלע קראנקע מענטשן, און מ'זאל עס אליינס צוזאמשטעלן גענוי ווי זיינע פארשריפטן, ארויסברענגענדיג דער נמשל אז אין היינטיגן דור ווען מיר האבן שוין נישט די אלע גרויסע צדיקים פון אמאל, קען מען אבער נאכקוקן וויאזוי זיי האבן אונז פארשריבן און זיך נישט אוועקרירן פון די מסורה קיין זוז כל שהוא.

די גראמען זענען געזינגען געווארן אויף די הארציגע "ממקומך ניגון" וואס איז מיוחס צום הייליגן בעל התניא זי"ע, אויך די ניגון וואס מ'זינגט אויף אשת חיל וואס איז נתחבר געווארן דורך הרב החסיד ר' יוסף אשכנזי ע"ה משב"ק אצל מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

די גאנצע צייט וואס די קינדער האבן אזוי הערליך און מייסטערהאפטיג  אראפגעלייגט די הארציגע גראמען איז די רבי געזיצן אין זיך איינגעהערט אין די הארציגע חרוזין און עס איז קענטליך געווען די שטארקע קורת רוח וואס ער האט.

 די הערליכע גראמען זענען אראפגעלייגט געווארן דורך הילד יעקב נפתלי פאלקאוויטש נ"י, הילד מנחם מענדל ליבערמאן נ"י און הילד משה טייטלבוים נ"י בן הרב סיני טייטלבוים שליט"א נכד כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל, די קינדער זענען אריבערגעגאנגען נעמען ברכת קדשו. ווען הילד משה טייטלבוים נ"י איז אריבערגעגאנגען האט דער רבי שליט"א זיך אפגעשטעלט ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, און אים דערנאך געגעבן א שיינער סכום געלט פאר "טאשן געלט" כמנהג אביו.

דערנאך האט מען געהאט די זכי' אז די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און געגעבן וויכטיגע הדרכה פאר די טייערע צאן קדשים פאר א לענגערע צייט. די רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע געלעגנהייט וואס די קינדער האבן אז זיי געפונען זיך אין אזא הייליגן פלאץ. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מחנה רב טוב איז א "מחנה אלוקים" עס איז א מקום השראת השכינה, ווי מ'קען דינען דעם באשעפער מיט אן אפגעהיטנקייט און ריינקייט ווייט פון אלע גוי'שקייטן און פרעמדע ווינטן מיט וואס מיר זענען כסדר ארומגענומען.

אויך האט די רבי ארומגערעדט פון די גרויסקייט פון אמן יהא שמיה רבה, נאכזאגענדיג פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע אז די סולם מוצב ארצה פון יעקב אבינו האט זיך געהאלטן אויף דער ערד, דורכדעם וואס עס איז געווען אריינגעשטעקט אין א לאך וואס איז געווען אויסגעגראבן אויף דער ערד, און דער לאך שאפט זיך דורך דער כח פון אמן יהא שמיה רבה!

די קינדער זענען געזיצן אינגאנצן שטיל צוגענאגלט צו זייערע פלעצער שלינגענדיג מיט דארשט יעדעס ווארט און מקבל געווען יעדעס ווארט היוצא מפי כהן גדול. עס איז געווען א ווארעמהארציגער בילד צו זעהן וויאזוי די רבי רעדט אויף א אופן ווי א טאטע וואס רעדט צו זיינע יונגע קינדער אין א בחינה פן וירד משה מן ההר אל העם.

דער רבי האט צוגעענדיגט די דברות קודש און ווארעם אנגעוואונטשן אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן פונעם גלות און גיין קעגן משיח צדקנו.

נאכדעם האט דער רבי שליט"א געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע מנהלים און מרביצי תורה. באזונדער האט די רבי זייער ווארעם אנגעוואונטשן פאר די געטרייע איבערגעגעבענע מנהל המחנה הרבני הנגיד הר"ר יקותיאל אהרן דוד ווייס הי"ו וועלכע גיבט זיך אוועק פאר די הצלחה פונעם קעמפ יומם ולילה.

דערנאך האט דער רבי פארלאזט דעם זאל, ווען פון ביידע זייטן שטייען אויסגע'שורה'עט די קינדער. דער רבי שליט"א איז דורכגעפארן מיט די קאר און זיך ווארעם געזעגנט מיט די ליכטיגע קינדער איבערלאזנדיג די גאנצע מחנה איינגעהילט אונטערן א רושם דקדושה.

יציאת צדיק עושה רושם!





























































































 

コメント


bottom of page