top of page

באריכט: קורצע בליץ באזוך פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו הק' וויליאמסבורג שליט"א אין שטאט לאנדאן לרומם קרן הקהילה

אנשי שלומינו אין שטאט לאנדאן האבן געהאט די כבוד אויפצונעמען הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען אין שטאט אויף א קורצע באזוך לרגל די חתונה ביי א תלמוד פונעם רב שליט"א.

מאנטאג חקת נאכמיטאג האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט פונעם JFK לופטפעלד אויפן וועג קיין לאנדאן.

דינסטאג פארטאגס לאנדאנ'ע זייגער, האט די פליגער פונעם רב שליט"א געלאנדעט אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד פון וואו דער רב איז צוגעפארן א וועג פון ארום א שעה און א האלב צום אכסניא בבית הרבני הנגיד אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' אין לאנדאן.

די רב שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן, נאך תפילת שחרית איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אליעזר לעוו הי"ו מנכבדי הקהילה, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דאס שליסן מקח אויף צוויי בנינים פאר די באנוץ פון "ישיבה גדולה ומתיבתא החדש דסאטמאר לאנדאן, ווי באזונדער געמאלדן דא אויפן פלאטפארמע.

שפעטער אין טאג איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אבדק"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א, ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און מען האט אין א פרייעדיגע שטימונג ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט.

דער לאנדאנ'ע רב האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען צום יסודי התורה זאל אין לאנדאן וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א - כותב החידושי תורה פונעם רב שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יחזקאל שמואל ב"ר יושע נחמן שרייבער הי"ו, מחשובי אנ"ש לאנדאן.

דער רב איז אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים וואו דער רב האט מסדר געווען די כתובה, ביים חופה איז דער רב מכובד געווארן מיט סידור קידושין.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א - ראה"כ ומח"ס לב שומע, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק פאר אנ"ש תושבי לאנדאן וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סומעס לטובת די הייליגע מוסדות.

דער רב האט געמאכט א לחיים און דערנאך משמיע געווען דברי ברכה, דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די סגולה פון שטיצן די הייליגע מוסדות פון ר' מאיר בעל הנס, און די גרויסע זכיה אז מ'קען שטיצן אזא הייליגע מוסד וואס מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און ס'איז זיכער אז דער רבי זי"ע שיקט אראפ פון אויבן אין הימל השפעות טובות פאר אזעלכע אידן וואס שטיצן דעם מוסד, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

שפעטער איז דער רב צוריק אנגעקומען צום שמחת החתונה פון החתן בן תלמידו הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א, דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידע.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

דינסטאג אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער אין באגלייטונג פון די הנהלת מתיבתא החדש אין שפיץ פון הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - יו"ר ההנהלה, זיך אומקוקן אויף די צוויי נייע בנינים וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן פאר די באנוץ פון די ישיבה גדולה.

דער רב האט זיך אומגעקוקט אויפ'ן גאנצן בנין א לענגערע צייט און דורכגעגאנגען די פארשידענע פלענער און פארשריט און מאציל געווען ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק.




 

 

Comments


bottom of page