מיט געוואלדיגע רגשי הודאה להשי"ת, איז נעכטן אויפדערנאכט געפראוועט געווארן די שמחת הבר מצווה פון דעם צווייטען אור אייניקעל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הב' כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, וועלכע איז פארגעקומען אויף א געהויבענע פארנעם אין ניו העמפשיר ווי דער גרויסער זיידע כ"ק מרן רבינו שליט"א געפינט זיך אין די יעצטיגע וואכן אויף מנוחת הנפש.
עס איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע סעודה בהיכל הביהמ"ד.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה וניגוני הודאה, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הרב מאיר יודא שליט"א, און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
עס האבן אויפגעטרעטן דער טאטע הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א און די זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל אין די סוגיא פון המוציא תפילין און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לא יחל דברו און ארויסגעברענגט אז דאס גייט ארויף אויף די שבועה וואס מען באשווערט איידער מען קומט אראפ אויף דער וועלט 'תהי צדיק ואל תהי רשע' און דאס איז חל פון די בר מצוה ווען מען ווערט מחיוב במצוות, און דערנאך ארומגערעדט אז כדי צו קענען לערנען און פארשטיין תורה דארף מען אסאך מתפלל זיין און בעטן 'ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל', און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח והודאה אז מען האט די זכי' זיך צו קענען משתתף זיין ביי די שמחת הבר מצוה פון א דור רביעי קע"ה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור.
היינט אויפדערנאכט קומט פאר א באזונדערע שמחת הבר מצווה אין שטאט קרית יואל אינעם כינור דוד זאל אין שטאט, וי הונדערטער אנשי שלומינו וועלן זיך באטייליגן בשמחת רבינו.
Comentarios