אין די יעצטיגע שעה'ן ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אויפצונעמען דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון איבער דער גאָָרער וועלט, וואָָס גרייטן זיך מיט התרגשות'דיגע געפילן, אָָנצוקומען צום עיר האבות "סיגוט" וואו מען וועט פּראַַווען דעם היינטיגן שבת, שבת פּרשת מטות מסעי- מברכין החודש אב, שבת הילולא פונעם ראש שלשולתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואָָס וועט דאָָרט אָָפּרעכטן דעם געהויבענעם שבת.
די געטרייע עסקנים פונעם באַַרימטן "שול הויף" אין סיגוט האָָבן אין די לעצטע וואָָכן און חדשים געאַַרבעט איבערמידליך מסדר צו זיין אַַלע פּרטים אַַהערצושטעלן דעם געהויבענעם שבת בכל פרטי' ודקדוקי', צו קענען צום ערשטן מאָָל אויפנעמען אויף א שבת אַַזאַַ ריזן ציבור געסט וואָָס גרייטן זיך מיטצוהאַַלטן אַַזאַַ געהויבענעם שבת, מלא התרגשות און התעוררות וואָָס
מען וועט האָָבן די זכי' מיטצולעבן אויף דעם הייליגן מקום.
טראָָץ די קורצע צייט פון ווען עס איז געמאָָלדן געוואָָרן איבער די נסיעה, האָָבן די עסקנים פונעם שול-הויף מצליח געווען צו
טרעפן הונדערטער אכסניות פאַַר'ן ברייטן ציבור.
מ'האָָט אָָפּגעדינגן צוויי גרויסע האָָטעלן און נאָָך עטליכע קלענערע לאָָקאַַלן, אויסער וואָָס מען האָָט מצליח געווען אָָּפּצודינגען א גרויסע דאָָרמיטאָָרי געביידע פון א שולע וואָָס איז געשלאָָסן אויף איבער'ן זומער, און איז געווען מעגליך צו קענען אַַקאָָמאַַדירן לרגל דעם געהויבענעם שבת.
די עסקנים האָָבן דערביי מצליח געווען איינצוקויפן הונדערטער נייע מאַַטראַַצן און עקסטער איינגעקויפט אַַריבער הונדערט-
פופציג עירקאָָנדישאָָנס דאָָס אַַריינצושטעלן אין אַַלע צימערן וואו דער ציבור אנ"ש וועלן זיך אויפהאַַלטן במשך די טעג פון די
נסיעה אין סיגוט, צוליב וואָָס די האָָטעלן און אַַנדערע לאָָקאַַלן אין די געגענט זענען נישט אויסגעשטאַַט מיט קיין עירקאָָנדישאָָן.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון
留言