אנשי שלומינו אין שטאט אנטווערפן זענען נאך טיף אונטערן רושם דקדושה והתרוממות, נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם קורצן ביקור קודש פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט, ווי דער רבי איז געקומען אליינס צו זען מיט די אויגן די געוואלדיגע שנעלע וואוק'ס פון קהלתינו הק' וואס זעצט פאר ווייטער צו וואקסן און בליען לשם ולתפארת.
ארום 5:25 פארטאגס אמסטערדאם זייגער (11:25 ניו יארק'ער זייגער) האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אן ענגע צאל ראשי ונכבדי הקהילה וועלכע האבן שלום גענומען, דער רבי איז אריבער צום באן סטאנציע אינעם לופטפעלד און עוסק געווען בלימודו באשמורת הבוקר בשעת'ן אויסווארטן אויפן באן,
ארום 6:25 איז דער רבי אויפגעשטיגן אויפ'ן שנעל-צוג באן פון וואו דער רבי איז געפארן ארום א שעה אויפ'ן וועג קיין אנטווערפן,
"צהלי ורוני יושבת אנטווערפן"
ארום 7:30 איז די באן פון רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם צענטראלע אנטווערפן באן סטאנציע ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער תושבי העיר און צענדליגער אנשי שלומינו בראשות רבני ודייני קהילתינו הק' און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען,
דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון הרבני החסיד ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו.
פאר שחרית איז דער רבי געגאנגען אינעם פריוואטן מקוה פון הרה"ח ר' חיים יודא ווייס הי"ו.
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם היכל התורה 'היכל ברך משה' וואו עס איז פארגעקומען א סדר הלימוד קודם התפילה פאר די בחורים תלמידי ישיבתינו הק',
דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן מנהל הר"ר ישראל קליין שליט"א און דערביי געהערט א קורצע באריכט איבער די ישיבה,
דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח און דער רבי האט זיך מפלפל געווען אין לערנען בשעשועי אורייתא מיט די בחורים.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד,
פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור בהר"ר יעקב פסח הירשלער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה וויזשניץ,
ביים ליינען האט רבינו שליט"א עולה געווען שלישי, דער רבי האט געבענטשט גומל און מוציא געווען די פילע געסט, און דערנאך געמאכט א מי שברך לבת הנולדה למז"ט אצל ר' יודא אלי' ראטה הי"ו,
ארום צען מינוט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד צום מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים, ווי הונדערטער אנשי שלומינו ותושבי העיר זענען געווען פארזאמעלט און באזונדער האבן זיך אנגעזען אויף די הועכשטאקיגע פארענטשעס די הונדערטער ילדי סאטמאר אנטווערפן, בראשות רבני ודייני העיר, האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק איש כי ידור נדר לה' וכו' לא יחל דברו, זאגט רש"י לא יעשה דבריו חולין, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ביי דברים שבקדושה דארף זיין לא יעשה דבריו חולין, ער זאל נישט האלטן וואס בין איך דען און מיין עבודה איז גארנישט ווערד, נאר פארקערט ויגבה לבו בדרכי ה', מען דארף וויסן מיין תורה און מיין דאווענען איז זייער חשוב אויבן אין הימל,
און דער רבי האט ארום גערעדט בשבח הקהילה, און דערמאנט אז די קהילה איז נתייסד געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע, און אויפגעפאדערט אלע אנ"ש צו האבן א גאות דקדושה, און זיך פירן לויט זיינע הוראות אין אלע עניינים, און פאדערן פון זיך אליינס נישט נאכצולאזן כי הוא זה פון אלע ענינים וואס מען האט אונז געלערנט, סיי בעניני דיעות, און השקפה ברורה, און נישט האבן קיין התפעלות פון קיינעם, יעדער איינער זאל וויסן אז זיין עבודה איז חשוב אין הימל, מיין בלאט גמרא, פרק משניות, קאפיטל תהילים, מיין חינוך הבנים והבנות על דרך התורה והיראה, דאס איז אלעס זייער חשוב אויבן אין הימל, דורכדעם קומט מען צי צו עבודת ה' בשמחה ובהתרוממות,
דער רבי האט אויפגעפאדערט אנ"ש צו לערנען און דאווענען בהתלהבות, און זיך פירן ווי אן איש מורם מעם, א חסיד'ישער איד, יעדער זאל זיכער מאכן אויף זיך, די ב"ב, די קינדער, אלע זאלן זיין געהויבן, נישט נאכגיין נאך די גוי'אישע גאס, און אפילו נישט די אידישע גאס וואס איז שוואכער, פאדערן פון זיך איך דארף זיין בעסער שענער און העכער, מיין שטוב דארף זיין בצניעות, די מלבושים, די אשת חיל, די טעכטער, און די אייגענע התנהגות אין אלע ענינים זאל זיין ווי עס פאסט פאר תלמידי וחסידי רבוה"ק זי"ע,
באזונדער האט דער רבי ארום גערעדט איבער די נסיונות בעניני טעכנאלאגיע, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיין ווייט דערפון ווי פון פייער, און נישט אריין לאזן קיינע פון די כלים אין שטוב,
דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בשבח הקהילה, די ביהמ"ד לתורה ולתפילה, די לימוד התורה בטהרה, די רבנים ומרביצי תורה, די מורי הוראה לשרות הציבור בלב ובנפש, די כולל אברכים וואו די אינגעלייט זענען זיך ממית באהלה של תורה, און געוואונטשן גרויס הצלחה, אבער די קרוין פון די קהילה איז די ישיבה, דער רבי האט מאריך געווען בשבח הישיבה, און שטארק אויפגעפאדערט אלע בחורים מ'זאל אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און לייגן א גרויסער דגוש אויף דעם, אזוי האבן זיך געפירט חסיד'ישע אידן אלעמאל, און אזוי פירט מען זיך אין אלע ישיבות דקהילתינו הק', און פארענדיגט בברכת קדשו מ'זאל שטייגן און וואקסן אין תורה, עבודה, דאווענען בקול ובהתלהבות, זיין ערליך און אפגעהיטן, שטייגן בתורה ויר"ש ומדות טובות, התנהגות בין אדם למקום, ולחבירו, זיין אפגעהיטן פון גאס, שמירת ענים, שמירת המחשבות, און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און עלטערן בכל מילי דמיטב,
דערנאך האט דער רבי בקול חנוק מדמעות פארגעזעצט אני בדרך נחני ה', מ'איז געקומען דא אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט אויף שב"ק - יומדהל"ק פונעם ראש השושילתא מרן הישמח משה זי"ע, זונטאג גייט מען גיין צום ציון אין אוהעל, און דערנאך קיין צאנז צום ציון פונעם הייליגער דברי חיים זי"ע, רעדה אחזתני, אז מ'טראכט וואו מ'פארט, השי"ת זאל העלפן מ'זאל מצליח זיין, מ'פארט בשליחות פון אידישע קינדער, אידישע קינדער דארפן ישועות און רפועות אין אסאך ענינים, השי"ת זאל העלפן מ'זאל קענען מתפלל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און פועל'ן פאר אידישע קינדער וואס זיי דארפן, ויושר יליצו בעדינו חיות אש, אלע צדיקים שרפי מעלה, כל אחד כדאי לעצמו, השי"ת זאל העלפן זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל, מ'זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, דער זיידע דער ישמח משה האט דאך אזויפיל מתפלל געווען פאר די גאולה, און אוזיפיל מחכה געווען פאר די גאולה, זאל השי"ת העלפן מ'זאל פועל'ן די גאולה שלימה בביאת גוא"צ בב"א.
דערנאך זענען די תלמידי המוסדות און נכבדי אנ"ש אריבער נעמען שיריים,
נאכן מעמד האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און איז אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו הק' צו פת שחרית,
ארום 2:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מסיבה לטובת די ישיבה קטנה אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און די נדיבי ותומכי הישיבה,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און פאר די הנהלת הישיבה.
ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואו הונדערטער אנשי שלומינו תושבי העיר האבן געהאט די געלעגנהייט אריין צו גיין בקודש פנימה מיט א קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים,
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבתינו הק', וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת פסחים גפ"ת,
דער רבי האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח, און פארטיילט פאר די מצטיינים א געבענטשטע זיידענע גארטל במתנה.
נאך די זמני כניסה ארום 4:45 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום היכל הישיבה קטנה,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
בעל תפילה: הב' אליעזר שטערן הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ורמ"י הישיבה און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר די תלמידי הישיבה און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א טיפזיניגע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים און געבעטן די בחורים מברר צו זיין די סוגיא על בורי',
דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 5:15 אויפ'ן וועג צום לופטפעלד אין אנטווערפען, וואו דער רבי איז ארויס באגלייט געווארן דורך הונדערטער אנ"ש תושבי העיר, און בחורי חמד וילדי תשב"ר וועלכע האבן באגלייט דער רבי בשירה וזמרה,
ארום 6:35 נאכמיטאג אין אנטווערפען האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א אויפן וועג צום לופטפעלד אין באניע, א וועג פון ארום צוויי שעה,
בזמן שהצדיק בעיר
Comentarios