top of page

אנשי שלומינו תושבי אנטווערפן אינגעהילט אין התרגשות'דיגע שטימונג ציילענדיג די שעה'ן צום באזוך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט היינטיגן טאג פון ניו העמפּשיר אויפ'ן וועג קיין אַַנטווערפּן, וואו דער רבי שליט"א וועט – ווי שוין באַַריכטעט – וויילן אויף דאָָנערשטאָָג איבער'ן טאָָג.

דער רבי וועט צופארן פון לופטפעלד צום שטאט אנטווערפן דורך די באן און וועט אפגעווארט ווערן דורך אנשי שלומינו תושבי אנטווערפן.

אינדערפרי וועט פארקומען א סדר הלימוד פאר די הונדערטער ילדי ובחורי הקהילה , און דערנאך וועט דער רבי שליט"א דאַַווענען צוזאַַמען מיטן ציבור עדת חסידי סאַַטמאַַר תושבי העיר ווען דער ביהמ"ד וועט אויסגעשטעלט אריינצונעמען דעם גאנצן ציבור מיט הויכע פארענטשע'ס, און דערנאָָך וועט אָָפּגעראָָכטן ווערן דער מעמד קבלת פּנים ביי וועלכן דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאַַר'ן גאַַנצן ציבור.

שפּעטער וועט דער רבי שליט"א באַַזוכן אין די נייע סאַַטמאַַרער ישיבה קטנה אין די שטאָָט, און דערויף אויפנעמען דעם ציבור לעצה ולברכה איידערן פּוקד זיין מקום מנוחת אבותיו הק' זי"ע..

אין די אווענט שטונדן וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלָאזן אין וועג ַאריין קיין רומעניע, און וועט לַאנדן אינעם לופטפעלד אין בַאניע, פון וואו דער רבי שליט"א וועט צופָארן דעם קורצן וועג ביז קיין סיגוט, וואו דער רבי שליט"א וועט ביז איבער שבת זיך אויפהַאלטן אין די אכסניא, בביתו נאוה קודש אונטערן שול-הויף.

יהדות אנטווערפן לבשי בגדי תפארתך









Komentar


bottom of page