top of page

אז ירננו עצי היער: קול תורה ותפילה הילכט אפ צווישן די בערג אין מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי אינגל קעמפ דמוסדותינו הק'

עס לאזט זיך קוים גלייבן אז קוים א דריי וואכן איז אריבער פון ווען די לעכטיגע טייערע קינדער האבן אנגעהויבן דעם זומער, ווען אין די קורצע צייט האט שוין אנגעהויבן אריינצוקומען אומאויפהערליכע גריסן פון די עלטערן ווי זיי קענען נישט קומען צו זיך פון גרויס התפעלות און איבערגענומענקייט פון די געוואלדיגע ארבעט וואס מ'לייגט אריין.

 די שמייכלעך פון די קינדער וועלכע מ'קען שפירן אויך איבערן טרייבל, גיסט זיך איבער און געט גאר א גוטע געפיל פאר עלטערן וועלכע שעפן נחת דקדושה וויסנדיג אז זייער קינד געפונט זיך אין א גוטער מקום, ארומגענומען מיט גאר געטרייע מחנכים ומשגיחים וואס וועלן נישט שוינען קיין צייט און כח, זיכער צו מאכן אז יעדער קינד איז צופרידן אויפ'ן העכסטן פארנעם און האט אלעס וואס ער דארף, און אין די זעלבע צייט מאכט מען זיכער אז די ריכטיגע תכלית פארוואס מען איז געקומען אין קעמפ ווערט ערפילט, און אז יעדער קינד וועט אהיימגיין פון קעמפ מיט פולע באגאדשזשן אנגעפולט מיט תורה ויר"ש ומדות טובות, וואס דאס איז געווען דער ציל פון מרנן רבותה"ק מייסדי המחנה.

 א טאג אין מחנה רב טוב

די געהויבענע סדר היום פון די די קינדער איז באמת עפעס וואס  ס'איז שווער אראפצולייגן אויפ'ן טריקענעם פאפיר, די תינוקות של בית רבן פראווענען זייער געהויבענעם סדר היום אנגעהויבן פון פארטאגס, ווען דער ביהמ"ד הייבט זיך אן אנצופילן מיט די תלמדים פון כיתה ח' וואס זענען עוסק בתורה באשמורת הבוקר אין די ראמען פון א פארטאגס סדר.

אינ'אמת'ן איז נאר דא א פארטאגס סדר פאר כיתה ח', אבער דאס האלט נישט אפ תלמידים פון יונגערע כיתות וואס וועלן אויך אויפשטיין גאר פרי און אויסנוצן די געהויבענע שעות צו לערנען זייערע לימודים אפילו אן א אפאציעלע מסגרת, איינרע נוצט אויס די צייט איבערצו'חזר'ן פאריעריגע לימודים, דער אנדערער וועט נעמען א משניות און לערנען מיט התמדה ווייל ער איז אנגעשלאסן אין עפעס א מתמידים, מפעל אדער האט אן אייגענע סדר, אבער דער צד השוה דערפון איז אז יונגע קינדער, טייערע תינוקות של בית רבן זיצן אין די פארטאגס שעות און זענען עוסק בתורה בהתמדה רבה, מיט א אמת'ע ריינקייט און לויטערקייט בהבל פיהם שאין בהם חטא.

דערנאך הערט זיך ארויס די הארציגע דאווענען פון די צאן קדשים, א דאווענען, וואס ווער עס האט שוין אמאל מיטגעהאלטן האט זיך שווער געקענט אפרייסן פון די ערהארבן בילד ווי עס שטייען אויסגע'שורה'עט הונדערטער קינדער אויף זייערע פלעצער און דאווענען אין זייערע סידורים, מלה במלה, מיט הארץ אין געפיל, אזש א שטיין קען צוגיין פון די הארציגע בילד.

נאך א נארהאפטיגע פת שחרית הייבט זיך אן די סדר הלימודים אין אלע סניפים, ס'איז אומציילבאר וויפיל בלעטער גמרא תוס', חומש-רש"י, מוסר, דברי חיזוק והתעוררות וואס די קינדער זאפן זיך אן יעדן איינציגן טאג אין קעמפ. ס'איז אן עונג רוחני מיטצוהאלטן ווי אזויפיל טויזנטער קינדער הארעווען און מאטערן זיך אויף א שטיקל גמרא, א שיינעם תוס', על ההרים והגבעות וכל עצי השדה ימחאו כף, ווען די פעלדער און וועלדער בתוך ובסביבות המחנה וואלטן געקענט דערציילן, וואלט מען פיל געהערט וויפיל תורה גייט ארויס יעדע שעה פון די קעמפס ראמען, וויפיל מצות ומעשים טובים ס'ווערט פראדוצירט במסגרת המחנה.

פארשטייט זיך אז עס נישט שייך אויסצולאזן די הערליכע אקטיוועטעטן און פראגראמען וואס ווערן מייסטערהאפטיג אנגעפירט  אונטער די פירערשאפט פונעם טאלאנטפולן ראש המשגיחים הר"ר אלטר וועבערמאן הי"ו צוזאמען מיט'ן סגן ראש המשגיחים הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין הי"ו ואתם עמם די גאנצע שטאב פון די געטרייע משגיחים וועלכע לייגן אריין קאפ און מח אז די שפילן זאלן ארויסקומען מיט'ן גאנצן קנאק, און מ'זאל ארויסנעמען דערפון די מאקסימום תועלת ברוחניות ובגשמיות.

    א שבת אין קעמפ

"אזא שבת האב איך נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט!" האט זיך איינע פון די תלמידים אויסגעדריקט, רעדנדיג אויפ'ן טעלעפאן מיט זיין טאטע. דער טאטע האט שפעטער אנגערופן איינער פון די איינגעשטעלטע איבערגעבן זיין התפעלות נישט האבנדיג זיך געראכטן וואס'פאר'א רושם א שבת קען איבערלאזן אויף א קינד.

א "שבת אין קעמפ" איז 3 ווערטער וואס פארציילט א געוואלד, און ס'איז באמת אומפארציילבאר. ווער ס'האט אמאל מיטגעהאלטן א שבת אין מחנה רב טוב קען נישט פארגעסן פון דעם גאר דערהויבענעם און אנגעפולטן סדר היום וואס יעדער איינציגער שבת ענטהאלט...

        מי שטרח בערב שבת

באמת הייבט זיך דער שבת אן נאך פריער ווען די טייערע תלמידים גרייטן זיך צום שבת מיט אן הכנה דרבה, אראפליייגענדיג אן עבודה, אויסנוצנדיג די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס מיט לימוד התורה, זיך אנפילנדיג מיט מזון הנפש מאכנדיג זיכער אויפצונעמען דעם שבת המלכה ווי עס פאסט.

איינע פון די גאר הערליכע פראגראמען אין קעמפ איז טאקע דער "כולל ערב שבת" אדער ווי עס ווערט גערופן אין קעמפ "מתמידים כולל" ווי קינדער קומען און נוצן אויס זייער צייט ווערנדיג באלוינט מיט פארשידענע מתנות ופרסים.

די א.ד. סדר איז נישט קיין חלק פון אן אפעציעלע סדר היום וואס איז אויסגעשטעלט מטעם הקעמפ, די דאזיגע סדר איז ספעציעל אויסגעשטעלט אז קינדער קומען מרצונם הטוב אויסנוצן די צייט אויף לימוד התורה, אנדעם וואס איינער זאל עס פארלאנגען פון זיי, דאך וועט מען זען יעדער וואך ווען עס קומט די צייט פונעם סדר וועט זיך דער שול אנפילן עד אפס מקום!

עס איז געווען אן ערהארבן בילד מיטצוהאלטן די הערליכע מחזה ווי הונדערטער קינדער תשב"ר זענען געקומען אין ביהמ"ד אנגעטוהן בבגדי שבת, אין געזיצן איבערגעבויגן איבער זייערע ספרים און עוסק געווען בתורה, מאכנדיג די שענסטע הכנה צום שבת וואס איז שייך! אשרי עין ראתה!

    פארשטייט זיך אז נאך אזא הכנה האט דער שבת'דיגע דאווענען גענצליך אן אנדערן צורה, די הערליכער בילד ווי אלע קינדער שטייען אויך זייערע פלעצער און האלטן מיט דאס דאווענען אראפלייגענדיג א דאווענען מיט'ן ספעציעלן שבת'דיגן נוסח, באגלייט מיט זייערע זיסע קול'כלעך. דאס איז עפעס וואס מ'קען נישט באשרייבן.

       מזמור שיר ליום השבת

דאס פאלגט נאך מיט די דערהויבענע סעודות וואס ווערט אנגעפירט און באגלייט אונטער די אויפזיכט פון די חשוב'ע משגיחים וועלכע פירן עס אן מיט א מייסטערהאפטיגע סדר.

א גאר אינהאלסטרייכער פראגראם וואס עס איז ווערט צו דערמאנען איז די פראגראם מיט'ן נאמען "שבת של מי" דער פראגראם באדייט אז איעדער שבת איז געווידמעט צו ארויסברענגען א געוויסער שיינער ענין אדער א באיגראפיע פון א געוויסער צדיק, דאס ווערט אויפגעשפילט ביי די שבת'דיגע סעודות, יעדער וואך דורך א צווייטער באנק.

מ'קען זאגן אז די סעודות וואס די קינדער פראווען אין קעמפ איז איינע פון די הויכפונקטן פונעם שבת, אדער גאר פונעם גאנצן זומער. עס איז א צייט וואס די קינדער קוקן שוין ארויס דערויף א גאנצע וואך, און איז א זאך וואס באגלייט זיי אויף שפעטער מיטנעמענדיג מיט זיך וואס עס מיינט פירן א סעודה מיט א דערהויבנקייט און שפירן א אמת'דיגן טעם אין שבת.

מעין עולם הבא יום שבת מנוחה!

בילדער: די העפטיגע אקטיוועטעטן אינעם קעמפ


















Comments


bottom of page